בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#1 - איך הער שיינע גריסן פון ענקער מלמד
תפילות אויף אידיש, יונגע יארן, נחת, חדר, ירושלים

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת חקת, ד' תמוז, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר, תלמוד תורה היכל הקודש ירושלים


איך פריי זיך זייער צו הערן גוטע גריסן אויף ענק, ענקער מלמד שרייבט מיר כמעט יעדן טאג וואס עס טוט זיך אין חדר. ער דערציילט מיר פון יעדן קינד - ווער עס דאווענט שיין, און ווער עס גייט היינט דאווענען שיין, ווער עס לערנט גמרא און משניות, און אויך ווער עס גייט פון היינט און ווייטער לערנען פלייסיג.


טייערע קינדער, אויב וועט איר דאווענען און לערנען און איר וועט פאלגן ענקער מלמד - וועט איר אויסוואקסן ערליכע אידן, ווייל ענקער מלמד וויל נאר ענק זאל זיין גוט, ער לערנט ענק די וועג ווי אזוי מען קען זיין נאנט צום אייבערשטן, און אז ענק וועלן פאלגן - וועלן ענק זיין גוטע אידן.


איך ווארט יעדן טאג אויף די בריוו וואס ענקער מלמד שרייבט מיר, איך ליין דאס שטייטליך, איך ווארט צו זען יעדע נאמען, יעדע קינד - ווי ער פירט זיך, ווי שיין ער פירט זיך; איך האף איר וועט מיר מאכן נאר נחת.


איך וויל ענק זייער בעטן, יעדן טאג איידער איר קומט אין חדר זאלט איר זיך מתבודד זיין, איר זאלט בעטן דעם אייבערשטן:


"הייליגער באשעפער, העלף מיר אז היינט זאל זיין א גוטע טאג, היינט זאל איך לערנען און דאווענען, היינט זאל איך זיין א גוט קינד, דער יצר הרע זאל מיך נישט געווינען, דער יצר טוב זאל מיך געווינען, העלף מיר איך זאל פאלגן מיינע עלטערן, מיין טאטע מאמע, און מיין מלמד"; אויך זאלט איר בעטן פאר מיר, יואל בן רייצא רעכיל, איך זאל האבן כח און הצלחה.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.