בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#1 - הערליכער קיבוץ אנשי שלומינו שבת חנוכה אין שטעטל, קרית ברסלב
תודה והודאה, שטעטל, נקודות טובות

בעזרת ה' יתברך - יום ב' פרשת מקץ, כ"ח כסליו, ד' דחנוכה שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר


מיר האבן געהאט א הערליכער קיבוץ אנשי שלומינו דעם שבת חנוכה אין שטעטל, קרית ברסלב. עס זענען געווען אסאך געסט, אויך די בחורים פון ישיבה זענען געווען.


שבת האב איך געגעסן מיט די בחורים אין בית המדרש, נאך די סעודה זענען זיך צוזאמגעקומען אנשי שלומינו, מען האט גערעדט פון דאס גרויסקייט פון דאנקען און לויבן דעם אייבערשטן; ווען א מענטש דאנקט דעם אייבערשטן הויבט ער אן שפירן אביסל פון די טעם וואס מען שפירט אין גן עדן, אין עולם הבא.


טייערער ברודער, כאפ אריין גוטע זאכן, ווייל נאר דאס בלייבט. מען נעמט גארנישט מיט אויף יענע וועלט, נאר די תורה, תפילה און גמילות חסדים. א מענטש האט קיינעם נישט אויף דער וועלט, ווען מען גייט אוועק פון די וועלט נעמט מען מיט נאר די פרקים משניות, בלעטער גמרא, פסוקים תהילים, און די ווערטער וואס מען האט ארויסגערעדט צום אייבערשטן. אזוי ווי חכמינו זכרונם לברכה זאגן (תנא דבי אליהו רבא, פרק טו): "לְפִי שֶׁכָּל הַמַּרְבֶּה שִׂיחוֹת וּתְפִלּוֹת, הֵם הַמְלַוִּים אוֹתוֹ עַד שֶׁיַּגִּיעַ לְבֵית עוֹלָמוֹ".