בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#1 - וואויל איז דעם וואס פירט זיך מיט תמימות
תפילה והתבודדות, אמונה, תמימות

בעזרת ה' יתברך


                                     יום א' פרשת ויצא, ו' כסליו, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


... תחי'.


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


רעדט צום אייבערשטן אן קיין חכמות, דער רבי האט אונז געגעבן א וועג ווי אזוי מיר זאלן קענען לעבן א חיים טובים, מען זאל רעדן צום אייבערשטן בתמימות ובפשיטות כדבר איש אל רעהו, אזוי ווי מען רעדט צו א פריינט.


ביים רבי'ן איז געווען דער עיקר תמימות ופשיטות, אזוי ווי דער הייליגער רבי זאגט (שיחות הר"ן, סימן לג): "אֵצֶל הָעוֹלָם אֱמוּנָה הוּא דָּבָר קָטָן, וְאֶצְלִי אֱמוּנָה הוּא דָּבָר גָּדוֹל מְאֹד, וְעִקַּר הָאֱמוּנָה הִיא בְּלִי שׁוּם חָכְמוֹת וַחֲקִירוֹת כְּלָל, רַק בִּפְשִׁיטוּת גָּמוּר כְּמוֹ שֶׁהַנָּשִׁים וְהַהֲמוֹן עַם הַכְּשֵׁרִים מַאֲמִינִים", ביי די וועלט איז אמונה א קלייניקייט, אבער ביי מיר איז דער עיקר אמונה, אן קיין חקירות און אן קיין חכמות, נאר פשוט אזוי ווי פרויען און פשוט'ע מענטשן - וואס לעבן בתמימות ופשיטות מיט אמונה אינעם אייבערשטן - גלייבן; ווי מער תמימות אלץ זיסער איז דער לעבן.


וואויל איז דעם וואס פירט זיך מיט תמימות; יעדע זאך וואס מען דארף בעט מען דעם אייבערשטן, דורכדעם איז מען זוכה זיין צו לעבן א גוטע לעבן. אזוי ווי שלמה המלך זאגט (משלי י, ט): "הוֹלֵךְ בַּתֹּם יֵלֶךְ בֶטַח", ווער עס גייט בתמימות - גייט אויף א זיכערע וועג.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.