בעזרת ה' יתברך - יום ד' פרשת מקץ, כ"ד כסליו, שנת תשפ"ה לפרט קטן
מרת ... תחי'
איך האב ערהאלטן אייער בריוו.
דאנקט דעם אייבערשטן פאר די הערליכע משפחה וואס איר האט, און פאר אייער טייערע מאן, און פאר די פרנסה וואס ענק האבן; ענק האבן אלעס גוט, ענק האבן ליכטיגע קינדער, עס פעלט ענק גארנישט.
איר שרייבט אז איר האט שוין געטון אלע עצות און אלע סגולות צו ווערן געבענטשט מיט ברכות און ישועות וכו' וכו', אבער איין עצה און איין סגולה - האט איר נאכנישט פרובירט, די עצה פון זיך מבטל זיין צום אייבערשטן, די עצה פון גארנישט וועלן, די עצה פון וועלן נאר וואס דער אייבערשטער טוט און וואס דער אייבערשטער מאכט. דער רבי האט אמאל געזאגט פאר רבי נתן (שיחות הר"ן, סימן רעט): "אז עס איז גאר ביטער איז מען זיך אינגאנצן מבטל", האט רבי נתן געפרעגט דעם רבי'ן: "אֵיךְ מְבַטְּלִין עַצְמוֹ", ווי אזוי איז מען זיך מבטל, וואס טוט מען ווען מען איז אין א שווערע מצב אין מען שפירט ווי מען קען נישט מער? האט אים דער רבי געזאגט: "מען פארמאכט זיך די מויל און די אויגן, דאס איז ביטול", מען פרעגט נישט קיין קשיות; זיכער ביי אייער מצב וואס עס איז בכלל נישט שלעכט, ענק ווילן נאר מער פרנסה און מער קינדער וכו' וכו'; איז זיכער די עצה זיך מבטל זיין צום אייבערשטן, די עצה און די סגולה איז וואונדערליך, מען ווערט אזוי פרייליך און אזוי רואיג.
צדיקים האבן געזאגט אויפן פסוק (תהלים עט, י): "לָמָּה, יֹאמְרוּ הַגּוֹיִם", א גוי זאגט "פארוואס?" פארוואס אהער? פארוואס אהין? אבער א איד זאגט: "אלעס וואס דער אייבערשטער טוט האט א חשבון", מען פארמאכט זיך די מויל און מען פרעגט נישט: "פארוואס?" "פארווען?" ווייל מען ווייסט אז אלעס וואס דער אייבערשטער טוט - איז גוט, מען פארמאכט די אויגן און מען וויל גארנישט פארשטיין, מען גלייבט אז אלעס איז לטובה.
נאך איין עצה איז דא, די עצה פון תודה והודאה, פון דאנקען און לויבן דעם אייבערשטן. מאכט אייך א צעטל און שרייבט אייך אויף א ליסט פון זאכן וואס איז גוט, און יעדן טאג זאלט איר דאנקען דעם אייבערשטן אויף די זאכן, דאס וועט אייך העלפן ווערן פרייליך און ווערן בטל צום אייבערשטן, דאס דאנקען און לויבן קלעבט צו דעם מענטש צום אייבערשטן, מען הויבט אן שפירן דאס גוטע זיסע געשמאק וואס מען שפירט אין גן עדן.
נאכן דאנקען און לויבן זאלט איר זיך אויסגיסן אייער הארץ און בעטן: "הייליגער באשפער העלף מיר איך זאל זיין פרייליך, העלף מיר איך זאל נישט זיין דעפרעסט, נעם מיך ארויס פון מיין עצבות ומרה שחורה, העלף מיר איך זאל נאר זען דיינע חסדים, דיינע ניסים - וואס דו מאכסט מיט מיר און מיט מיין משפחה.
הייליגער באשעפער געב מיר א גוטע שלום בית, העלף מיר איך זאל זען אין מיין מאן נאר גוטס, איך זאל אים ליב האבן און ער זאל מיך ליב האבן, העלף מיר איך זאל נישט זען אין אים קיין איין חסרון, און מאך רוען די שכינה צווישן אונז, מיר זאלן זיך ליב האבן און נאר זיין פרייליך".
אזוי זאלט איר בעטן און אויך צולייגן אייגענע תפילות, און איר וועט זען גרויסע ישועות.
דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.
א פרייליכן חנוכה.