בעזרת ה' יתברך
יום א' פרשת אמור, ט' אייר, שנת תשפ"ג לפרט קטן
מרת ... תחי'
איך האב ערהאלטן אייער בריוו.
מען קען נישט ענטפערן די פראגעס, צניעות איז א געפיל זיך; נישט אלע זענען זוכה צו פארשטיין דאס שיינקייט פון דעם, נאר אז מען איז איידל האט מען א געפיל אין דעם.
אז איר האט א שאלה אויף א קלייד, א שיך וכדומה - זאלט איר טראכטן צו זיך: 'איך בין אין גאס, אונטערוועגנס און איך הער די נייעס, משיח איז דא; וואלט איך געגאנגען מקבל פנים זיין משיח מיט דעם קלייד? וואלט איך געוואלט משיח זאל מיך זען מיט די שיך, מיט דעם קאפ צודעק?'
בעטס דעם אייבערשטן:
"הייליגער באשעפער העלף מיר, איך וויל ליב האבן אידישקייט, איך וויל ליב האבן איידלקייט, איך וויל זיין פרייליך, איך וויל זיין צופרידן. רבונו של עולם, די עצבות און מרה שחורה כאפט מיך אן און נאכדעם וויל איך לויפן צום גוי טמא, איך וויל אויסקוקן ווי זיי, האב רחמנות אויף מיר, העלף מיר".
אזוי זאלט איר בעטן און בעטן ביז איר וועט באקומען א טעם אין דעם.
דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.