בעזרת ה' יתברך - יום א' פרשת ואתחנן, ה' מנחם-אב, שנת תשפ"ו לפרט קטן
מרת ... תחי'
אייער מאן האט מיר געשריבן אז עס איז אים זייער שווער דאס לעבן, ער פילט ווי ער ווערט צעקוועטשט און צעדריקט פון אייך, ער פילט כמה פעמים ווי ער פארלירט זיין אטעם; די וועג ווי אזוי איר רעדט צו אים, איר שאפט אויף אים אזוי ווי א האר שאפט אויף א קנעכט; ספעציעל אייער מאן וואס איז זייער איידל און הייקל, ער האט זייער אן איידעלע נפש; ער טוט זיך אלץ באשולדיגן, פיר און צוואנציג שעה לעבט ער מיט די מחשבה אז ער מאכט שלעכט פאר אנדערע.
איך בעט און איך ווארן, די וועג ווי אזוי איר פירט זיך מיט אים מוז זיך גלייך תיכף ומיד טוישן; רעדט צו אים שיין, ווייך און איידל; אלעס וואס איר דארפט פון אים זאלט איר נישט אים הייסן דאס טון, נאר פרעגן בדרך שאלה: "וואלסטו געוואלט אהיימקומען יעצט?" "וואלסטו מיך געקענט נעמען ערגעץ?" "וואלסטו געוואלט קומען מיט מיר איינקויפן?" "שפירסטו אז דו האסט כח מיר יעצט צו העלפן?" געבט זיך אכטונג, עס קען זיין אז איר וועט איבערציען דעם שטריק און זיינע נערוון וועלן זיך אים צערייסן, און וואס וועט איר דעמאלט טון...?
זאגט יעדן טאג דעם יום תהלים און וויינט צום אייבערשטן ער זאל אייך געבן שכל און פארשטאנד ווי אזוי מען רעדט צו א מאן, מיט כבוד און עהרע.
דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.