בעזרת ה' יתברך - יום ג' פרשת נצבים וילך, י"ט אלול, שנת תשפ"ג לפרט קטן
לכבוד ... נרו יאיר
רייס נישט איין מיט דיין ווייב; אז זי סטראשעט מיט א גימל טית - זאלסטו זיך מיט איר נישט קריגן. רעד צו איר שיין, זאג איר ווייכערהייט: "מיין ליבער ווייב, וואס ווילסטו פון מיר? פארוואס רודפ'סטו מיך, פארוואס זענען דיר די שכנים מער ווערד ווי מיר? פארוואס זענען די שוועגערינס וואס לאכן און שפעטן - מער חשוב פאר דיר ווי מיר? איך וויל פאלגן דעם הייליגן רבי'ן וואס געבט מיר חיות און לעבן, איך וויל טון וואס איז גוט פאר מיר און פאר דיר"; רעד צו איר שיין און ווייך און חס ושלום איר וויי טון, חס ושלום רעדן צו איר שטעכעדיג.
מאך זיך פרייליך, מאך איר פרייליך און מאך די גאנצע שטוב פרייליך. דער הייליגער רבי זאגט (לקוטי מוהר"ן חלק ב', סימן כד): "מִצְוָה גְּדוֹלָה לִהְיוֹת בְּשִֹמְחָה תָּמִיד", עס איז א גרויסע מצוה צו זיין שטענדיג פרייליך, "וּלְהִתְגַּבֵּר לְהַרְחִיק הָעַצְבוּת וְהַמָּרָה שְׁחֹרָה בְּכָל כֹּחוֹ", און אוועק נעמען פון זיך די עצבות און מרה שחורה מיט אלע כוחות. "וְכָל הַחוֹלַאַת הַבָּאִין עַל הָאָדָם, כֻּלָּם בָּאִין רַק מִקִּלְקוּל הַשִֹֹּמְחָה", אלע מחלות און קרענק וואס קומען אויפן מענטש קומט נאר צוליב עצבות און מרה שחורה. און דער רבי זאגט ווייטער: "וְגַם חַכְמֵי הָרוֹפְאִים הֶאֱרִיכוּ בָּזֶה, שֶׁכָּל הַחוֹלַאַת עַל יְדֵי מָרָה שְׁחֹרָה וְעַצְבוּת, וְהַשִֹֹּמְחָה הוּא רְפוּאָה גְּדוֹלָה", אויך די דאקטורים זענען מודה אז אלע פראבלעמען און קרענק קומען פון נישט זיין פרייליך, און שמחה איז א רפואה פאר אלע קרענק; ווען א מענטש איז פרייליך נעמט ער אוועק פון זיך אלע צרות און יסורים.
דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.
א כתיבה וחתימה טובה, א גוט געבענטשט יאר.