בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#1 - וואס טוט מען מיט מלמדים וואס קומען שפעט?
מלמדים, מוסדות, היטן די צייט

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת שופטים, ד' אלול, שנת תשפ"ב לפרט קטן


לכבוד ... נרו יאיר, מנהל תלמוד תורה היכל הקודש ירושלים


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


אשריך ואשרי חלקך אז דו האסט גענומען אויף דיר דעם גאנצן עול פון די תלמוד תורה און מיידל שולע וואו מיר זענען מחנך די קינדער מיט די זיסע עצות וואס מיר האבן מקבל געווען פון מוהרא"ש זכותו יגן עלינו.


איך וועל אם ירצה ה' שרייבן פאר די מלמדים און טיטשערס חיזוק און הדרכה.


בנוגע אראפרעכענען געלט פון די איינגעשטעלטע פאר'ן קומען שפעט; איך וועל דיר זאגן ווי אזוי מיר מאכן אין אמעריקע. אונזערע מלמדים אין אמעריקע קומען נישט אין חדר צוליב זייער געהאלט, זיי קענען מאכן אסאך מער געלט ערגעץ אנדערש, אין אמעריקע מאכט א מלמד זיבן-אכט הונדערט דאלער א וואך, דאס איז זייער ווייניג אנטקעגן וואס מען צאלט פאר אנדערע ארבעט. אונזערע מלמדים זענען מלמדים ווייל זיי ווילן לערנען מיט קינדער תורה, יראת שמים און מידות טובות, זיי האבן בכלל נישט אינזין די געלט; מיר געבן א געהאלט פאר די איינגעשטעלטע ווייל זיי דארף לעבן, אבער זיי קומען בכלל נישט פאר דעם.


אויב מיר וועלן אראפרעכענען געלט פאר'ן מלמד וועט אים דאס נישט מאכן קומען מער צייטליך, עס וועט אים נאר אוועק נעמען די אפעטיט פון ארבעטן מיט'ן מנהל, הנהלה און אפיס. אז א מלמד קומט שפעט - רעדט מען צו אים, מען הערט אים אויס, מען לייגט זיך אריין אינעם מצב אים צו פארשטיין; אפשר קען ער נישט קומען, אפשר גייט ער עפעס אריבער, און מען ארבעט אויס עס זאל נישט שאטן פאר די קינדער.


ווען דער מלמד קומט אריין פאר די געלט - דעמאלט קען ארבעטן אראפנעמען די געלט, ווייל דאס איז די איינציגסטע סיבה פארוואס ער ארבעט בכלל.


לויט וואס איך הער זענען אונזערע מלמדים אין ירושלים - מלמדים וואס קומען נישט צו די ארבעט פאר די געהאלט, זיי קומען ווייל זיי ווילן בויען מוסדות היכל הקודש, מוסדות וואו מען וועט מחנך זיין קינדער מיט די זיסע וועג פון רבי'ן, די קינדער זאלן באקומען א ליבשאפט צום באשעפער, א ליבשאפט צו די תורה; איז דעמאלט נישט כדאי צו שפילן מיט די מינוטן וואס מען קומט שפעט, ענדערש דארף מען זיי מחזק זיין צו קומען צייטליך און אז זיי קענען נישט - דארף מען זען די קינדער זאלן נישט זיין אן קיין השגחה.


איך וויל זייער האבן איינגעשטעלטע ביי אונזער מוסד אין ירושלים וואס קומען נישט פאר די געהאלט, נאר וואס זענען איבערגעגעבן בלב ונפש, זייער גאנצע מח איז נאר צו בויען סאלדאטן פאר'ן אייבערשטן; אין אזא פאל, אז דער מלמד איז אן איבערגעגעבענער, א געטרייער, און עס מאכט זיך אן אונס - איז נישט כדאי אראפצונעמען פון זיין געהאלט.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


א כתיבה וחתימה טובה, א גוט געבענטשט יאר.