בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#1 - ווארט מיט געדולד, וועסטו האבן א גליקליך לעבן
חברים, חיזוק פאר מיידלעך, התחזקות

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת ויגש, ב' דראש חודש טבת, נר ז' דחנוכה, שנת תשע"ט לפרט קטן


 


... תחי', תלמידה בית פיגא ברסלב.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


איך פריי מיר זייער צו הערן אז דו חבר'סט זיך נאר מיט ערליכע מיידליך; זייער גוט האסטו געטון אז דו האסט אפגעלאזט די מיידל וואס דריידט זיך מיט בחורים, זאלסט נאר רעדן מיט מיידלעך וואס רעדן איידל. מוהרא"ש האט אונז אויסגעזאגט דעם סוד ווי אזוי מען קען זען אויף א צווייטן צי ער איז ערליך אדער נישט, אז מען זאל זיך צוהערן ווי אזוי ער רעדט, ווייל וואס דער מענטש איז און וואס ער טראכט - קומט ארויס ווען ער רעדט.


עס טוט מיר זייער וויי צו הערן וואס דו גייסט אריבער וכו'; איך בעט דיר זייער שטארק זיך און ווארט אויס אויף דיין ישועה. נאך אביסל וועסטו זוכה זיין צו טרעפן דיין שידוך און אויפשטעלן א בית נאמן בישראל.


חזר זיך כסדר די מעשה וואס דער רבי האט דערציילט (כוכבי אור, סיפורים נפלאים): עס איז געווען א גוי וואס האט זיך געדריידט מיט ארימעלייט און ער האט געהערט ווי די אידן שמועסן צווישן זיך אז נאך אביסל קומט שוין דער יום טוב פסח; האט ער זיך אינטערסירט וואס איז דאס פסח, האט מען אים דערציילט ווי שיין דער יום טוב איז, מען פראוועט א סדר, און אלע אידן - אפילו ארימלייט - עסן א געשמאקע רייכע סעודה; מען זיצט ביים טיש ווי קעניגן, מען עסט און מען טרינקט און מען איז פרייליך. די ארימעלייט האבן אים געזאגט אז עס לוינט זיך צו פאסטן אפאר טעג פאר יום טוב כדי מען זאל זיין גוט הונגעריג צום סדר. דער גוי האט געטראכט צו זיך: 'איך מוז דאס אויספרובירן; איך וועל זיך פארשטעלן ווי א איד אז איך זאל כאטש איין מאל אין לעבן האבן א גוטע סעודה'.


פסח ביינאכט האט זיך דער גוי איינגעלאדנט ביי א איד צו זיין ביי אים ביים סדר, ענדליך הייבט מען שוין די סדר, ער זיצט ביים סדר און ער ווארט צו עסן די שיינע סעודה, ווען עס איז געקומען צו מרור און ער האט שוין נישט אויסגעהאלטן זיין הונגער, האט ער געטראכט צו זיך אז מען האט אים דא זיכער אויסגעשפילט, ווייל ער ווארט אזוי לאנג אויף די סעודה און מען דרייט ארום מיט אים. האט ער זיך אויפגערעגט און אנטלאפן.


שפעטער ווען ער האט געטראפן זיינע חברים האט ער זיי דערציילט די גאנצע מעשה, אז מען האט אים געלאזט אויסהונגערן ביז מען האט אריין געברענגט א שארפע עסן וכו' וכו', האבן זיי אים געזאגט: "א שאד דו ביסט אנטלאפן פאר שלחן עורך, ווען דו ווארסט ווען אויס נאך אביסל וואלסטו געהאט א הערליכע סעודה".


ווארט אויס מיט געדולד וכו' אז דו זאלסט נישט אויסקוקן ווי דער גוי וואס איז אנטלאפן פאר שלחן עורך; נאך אביסל הייבסטו אן לעבן דיין לעבן און דו וועסט בויען א שטוב לשם ולתפארת. ווי מער דו וועסט בעטן דעם אייבערשטן פאר דיין שידוך וועט עס זיין שענער און בעסער.


א ליכטיגן חנוכה און א גוטן חודש.