בעזרת ה' יתברך
יום א' פרשת תרומה, כ"ו שבט, שנת תשע"ח לפרט קטן
לכבוד מיינע טייערע תלמידים ... און ... נרם יאיר
איך האף אז דאס יאר וועט איר מיר אויך העלפן אזוי ווי פאריאר מיטן צוזאמנעמען די בחורים פורים און ארום גיין נאך געלט פאר די ישיבה.
איר ווייסט דאך אז ביי אונז אין ישיבה שיקט מען נישט אהיים קיין בחורים וואס צאלן נישט שכר לימוד; די ישיבה שטייט שוין צען יאר און מיר האבן נאך קיינמאל נישט אוועק געשיקט אדער פארשעמט א בחור וואס קיינער צאלט נישט קיין שכר לימוד פאר אים און איך זינק אין חובות נאר פאר די בחורים. איך קוק ארויס אז איר וועט זיין די ריכטיגע שלוחים מיר צו העלפן.
היינט צו טאגס זענען דא זייער אסאך מענטשן וואס האבן חיזוק פון די ישיבה, דערפאר דארפט איר זיך שוין יעצט מסדר זיין צו מאכן א ליסטע וואו איר זאלט ארויף גיין פורים אביסל טאנצן און פרייליך מאכן, אדער זינגען שטייטע ווארעמע ניגונים, אין שטובער וואו מען וועט אייך אויפנעמען בסבר פנים יפות.
איך וויל אז אלע בחורים וואס גייען צוזאמען נאך געלט זאלן גיין אנגעטון איידל און זיך אויפפירן איידל. איך הער זאגן אז די בחורים קויפן שוין איין פארשטעלאכטס פאר פורים, זעט אז די בחורים וואס קומען מיט מיט אייך זאלן גיין אנגעטון איידל, אלע זאלן גיין אנגעטון די זעלבע וכו' מיט אן איידעלע פארשטעלאכטס. פורים קומט ארויס דער אמת ווער דער מענטש איז, מען ווייזט ווי אזוי מען וויל גיין א גאנץ יאר, נאר א גאנץ יאר שעמט מען זיך וכו', אז מען טוט זיך אן פראסט וכו' ווייזט דאס אז דער מענטש איז נישט איידל. דערפאר בעט איך אייך זייער, אז איר זאלט שטיין דערויף אז די וואס קומען מיט די חבורה קענען נאר קומען אויב זיי גייען אנגעטון איידל, עס האט מיר זייער וויי געטון פאריאר צו זען ווי די בחורים גייען ארום אנגעטון פראסט.
געדענקט וואס דער רבי זאגט (ספר המידות, אות צדיק, סימן סט): "מִי שֶׁאוֹהֵב אֶת הַצַּדִּיק, צָרִיךְ לִשְׁמֹר אֶת הַצַּדִּיק, שֶׁלֹּא יֵצֵא עָלָיו שֵׁם רָע", ווער עס האט ליב דעם צדיק, דארף אכטונג געבן עס זאל נישט ארויס גיין א שלעכטע נאמען אויפן צדיק.
נאך א זאך בעט איך ענק; נעמט נישט ארויף אויפן באס בחורים וואס לערנען נישט ביי אונז אין ישיבה. ביי אונז איז פורים א הייליגער טאג אזוי ווי דער רבי זאגט (ליקוטי מוהר"ן חלק ב', סימן עד): "כִּי בִּתְּחִילָּה הָיוּ כָּל הַהַתְחָלוֹת מִפֶּסַח וְכוּ', וְעַכְשָׁיו, וְלֹא סִיֵּים", און ר' נתן זאגט אויף דעם אז ער האט פארשטאנען פון רבי'ן אז היינט זענען אלע התחלות פון פורים; ווייל אז מען איז זוכה און מען פרייט זיך מיטן אייבערשטן, מען פרייט זיך אז מ'איז א איד, מען פרייט זיך מיט אלע גוטע נקודות וואס מען האט, דעמאלט קען מען מאכן א פרישע התחלה.
עס זענען דא וואס מיינען אז פורים איז א טאג פון הוללות, א טאג וואס מען קען טון זאכן שלא על פי תורה; דערפאר זאלסטו זען אז קיין שום פרעמדער בחור זאל זיך נישט געפונען אויפן באס - (משלי יד, י): "וּבְשִׂמְחָתוֹ לֹא יִתְעָרַב זָר".
איך בענטש ענק אז בזכות וואס איר העלפט מיר אז איך זאל ווייטער קענען ממשיך זיין מיט די ישיבה און די מוסדות וכו' זאלט איר טרעפן בקרוב אייער שידוך און אויפשטעלן א שיינע שטוב לשם ולתפארת.