בעזרת ה' יתברך
יום ד' פרשת בראשית, אסרו חג סוכות, כ"ד תשרי, שנת תשע"ט לפרט קטן
לכבוד מרת ... תחי'.
איך האב ערהאלטן אייער בריוו.
א. ווען עס קומט צו געבן ליבשאפט און ווארימקייט דארף מען נישט קיין טיפע ענינים, ווייל ליבשאפט קומט פון הארץ; מען רעדט שיינע ווערטער, מען זוכט א גוטע זאך וואס יענער האט און מען רומט דאס אויס נאכאמאל און נאכאמאל. מען דארף נישט קיין גרויסע חכמות אויף דעם, מען דארף נאר אביסל שכל אפ צו ווארטן דעם מאן מיט א שמייכל און זיין דער ערשטער וואס געבט גוטע ווערטער. ווען דער מאן זעט ווי זיין ווייב רעדט שיין צו אים וועט ער איר אלעס נאכגעבן.
שלמה המלך זאגט (משלי יד, א): "חַכְמוֹת נָשִׁים בָּנְתָה בֵיתָהּ", א קלוגע פרוי בויט אויף איר שטוב מיט איר חכמה; מיט שיינע ווערטער קען מען אלעס פועל'ן און אלעס באקומען.
ב. בנוגע אייער קינד וואס כאפט אויף אביסל שווער דאס ליינען עברי; דאס ערשטע זאך זאלט איר זאגן תהילים יעדן טאג פאר אים בפרטיות און פאר אלע קינדער בכלליות, און בעטן דעם אייבערשטן ער זאל פארשטיין דאס לערנען. צווייטנס דארפט איר זיך מער אפגעבן מיט דעם קינד; נעמט אראפ אפאר מינוט יעדן טאג צו לערנען מיט אים ליינען און שרייבן, דאס זאל זיין די וויכטיגסטע זאך ביי אייך אין שטוב, ווייל אז איר וועט פארשפילן די יאר וואס ער לערנט עברי וועט נאכדעם זיין פאר אים זייער שווער במשך אלע קומענדיגע כיתות.
דאס בעסטע איז דאס צו טון מיט אים ווי פריער אינעם טאג, ווייל שפעטער ווערט מען מער אויסגעמוטשעט און עס איז שווערער פארן קינד צו לערנען; אזוי אויך שבת אין און די טעג ווען עס איז נישט דא קיין חדר דארף מען געדענקען אז דאס ערשטע זאך ווען דער קינד איז אויפגעשטאנען, נאכן עסן וכו', זאלט איר אים העלפן מיט די עברי.
ג. איך האב געשריבן פאר אייער מאן א בריוו, איך האף אז ער וועט דאס אננעמען צום גוטן; עס פעלט נישט אויס צו קומען קיין אמעריקע צו שאפן געלט, דא דרייען זיך ארום בלוטיגע ארימעלייט וואס קענען נישט דעקן זייער לעבן.
דער אייבערשטער וועט אים דארט ברענגען זיין פרנסה; דער רבי זאגט (ליקוטי מוהר"ן, חלק א', סימן מ): "כָּל הַנְּסִיעוֹת שֶׁל אָדָם הוּא בִּשְׁבִיל קִלְקוּל הָאֱמוּנָה", אלע נסיעות וואס א מענטש פארט קומט פון חסרון אמונה, "כִּי אִם הָיָה מַאֲמִין בֶּאֱמוּנָה שְׁלֵמָה שֶׁיָּכוֹל הַקָּדוֹשׁ בָּרוּךְ הוּא לְהַזְמִין לוֹ כָּל צָרְכּוֹ", ווען א מענטש וואלט געגלייבט אז דער אייבערשטער קען אים העלפן און געבן אלע זיינע באדערפענישן, "לֹא הָיָה נוֹסֵעַ שׁוּם נְסִיעָה", וואלט ער אין ערגעץ נישט געפארן, "נִמְצָא כִּי הַנְּסִיעָה הִיא קִלְקוּל אֱמוּנָה", קומט אויס אז אוועק פארן איז א פגם אין אמונה.
דער אייבערשטער זאל ענק געבן נחת פון אייערע קינדער און איר זאלט מצליח זיין אין אלע אייערע וועגן.