בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#1 - ווי אזוי מען איז זוכה צו ישוב הדעת?
שמחה, ישוב הדעת, נקודות טובות

בעזרת ה' יתברך - יום א' פרשת צו, ח' ניסן, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


מיין טייערער ... נרו יאיר


א גרויסן יישר כח פארן העלפן די מוסדות.


דו פרעגסט ווי אזוי מען איז זוכה צו ישוב הדעת; דער רבי זאגט (לקוטי מוהר"ן חלק ב', סימן י): "מַה שֶּׁהָעוֹלָם רְחוֹקִים מֵהַשֵּׁם יִתְבָּרַךְ, וְאֵינָם מִתְקָרְבִים אֵלָיו יִתְבָּרַךְ, הוּא רַק מֵחֲמַת שֶׁאֵין לָהֶם יִשּׁוּב הַדַּעַת", פארוואס זענען מענטשן ווייט פונעם אייבערשטן? ווייל מען האט נישט קיין ישוב הדעת, מען טראכט נישט אריין 'וואס איז די תכלית פון די וועלט? וואס האט מען פון אלע תאוות וכו'?' עס בלייבט דאך גארנישט איבער פונעם מענטש, נאר דאס ביסל עבודת השם יתברך וואס מען כאפט אריין בזה העולם.


ווי אזוי איז מען זוכה צו ישוב הדעת, מען זאל וויסן וואס מען האט צו טון דא אויף דער וועלט? "אַךְ דַּע, שֶׁעַל יְדֵי מָרָה שְׁחוֹרָה אִי אֶפְשָׁר לְהַנְהִיג אֶת הַמֹּחַ כִּרְצוֹנוֹ, וְעַל כֵּן קָשֶׁה לוֹ לְיַשֵּׁב דַּעְתּוֹ", ווען א מענטש איז דעפרעסט איז אים זייער שווער צו קענען טראכטן נארמאל וכו', ווייל דער מח איז אים מצומצם, "רַק עַל יְדֵי הַשִּׂמְחָה יוּכַל לְהַנְהִיג הַמֹּחַ כִּרְצוֹנוֹ, וְיוּכַל לְיַשֵּׁב דַּעְתּוֹ, כִּי שִׂמְחָה הוּא עוֹלָם הַחֵרוּת", אבער ווען א מענטש איז פרייליך, דעמאלט קען ער טראכטן גראד וכו', ווייל ווען מען איז פרייליך איז דער מח ברייט אפן און נישט מצומצם.


דער עיקר זאלסטו זיך פרייען מיט דעם אז דו ביסט א איד, דו ביסט נישט קיין גוי, פון די שמחה קען מען נישט אראפפאלן. דער הייליגער צדיק הרב הקדוש רבי צדוק הכהן מלובלין זכותו יגן עלינו ברענגט אין זיין ספר פרי צדיק א מורא'דיגע מעשה (חג השבועות, אות יג), אז דער הייליגער קדושת לוי זכותו יגן עלינו פלעגט יעדן טאג זאגן די ברכות השחר הויך אויפן קול, איין טאג האט ער פארפעלט צו זאגן די ברכה "שלא עשני גוי", איז איינער צוגעגאנגען צו אים און געזאגט: "רבי, איר האט אויסגעלאזט א ברכה, די ברכה פון שלא עשני גוי", האט אים דער הייליגער קדושת לוי געזאגט: "איך האב שוין געמאכט היינט די ברכה! ווען איך בין אויפגעשטאנען אינדערפרי בין איך געווען זייער צעבראכן ביי מיר, איך האב נישט געקענט טרעפן קיין שום זאך מיט וואס איך זאל זיך קענען מחי' ומחזק זיין, האב איך געטראכט צו מיר 'א איד בין איך דאך, איך בין נישט קיין גוי', און פון גרויס שמחה האב איך מיך נישט געקענט איינהאלטן, און איך האב גלייך געמאכט די ברכה 'שלא עשני גוי', מיט דעם האב איך זיך מחי' געווען".


דער אייבערשטער זאל העלפן מיר זאלן זוכה זיין צו (פסחים קטז:): "וְנֹאכַל שָׁם מִן הַזְּבָחִים וּמִן הַפְּסָחִים"; און צו (מיכה ז, טו): "כִּימֵי צֵאתְךָ מֵאֶרֶץ מִצְרָיִם אַרְאֶנּוּ נִפְלָאוֹת", אמן