בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#1 - ווי אזוי קומסטו צום רבי'ן ראש השנה מיט א כלי טמא ומטמא?
התחזקות, אומאן, טעלעפאן

בעזרת ה' יתברך - יום ה' פרשת עקב, ט"ז מנחם-אב, שנת תשפ"ו לפרט קטן


לכבוד ... נרו יאיר


עס איז דא א בריוו פון הייליגן רבי'ן געשריבן פאר אנשי שלומינו (מכתבי רבינו ז"ל בתחילת ספר עלים לתרופה, מכתב א), דער רבי שרייבט דעם לשון: "דערמאנט אייך איטליכער ווי אזוי איך האב אייך געפונען"; דער רבי פרעגט אונז אויב מיר געדענקען ווי אזוי מיר האבן אויסגעזען איידער אונזער התקרבות, דער רבי וויל מיר זאלן עס געדענקען, מיר זאלן אלץ מכיר טובה זיין דעם רבי'ן און אלץ דאנקען דעם אייבערשטן, ווי אזוי מיר האבן אויסגעזען אנעם צדיק, ווייל דאס וועט אונז געבן כח צו בלייבן ביים צדיק, מיר זאלן נישט שוואך ווערן פון די מניעות, חלישות הדעת, בלבולים וכו'.


זיי זיך נישט מבלבל פון קיינעם, און ווער נישט אויסער זיך אז מען האט געלאכט און געשפעט פון דיר וכו'; לאכן לאכט דער וואס לאכט ביים סוף, יעצט קען מען לאכן פון ברסלב'ע חסידים, יעצט קען מען לאכן פון סדר דרך הלימוד, מען קען לאכן פון חתונה מאכן די קינדער בקדושה ובטהרה, אבער ווען עס וועט קומען דעם לעצטן טאג - דעמאלט וועט דער ברסלב'ער חסיד וואס האט זיך געשטארקט מיטן רבינ'ס עצות - קענען לאכן, עס וועט זיין (משלי לא, כה): "וַתִּשְׂחַק לְיוֹם אַחֲרוֹן".


נאכאמאל בעט איך דיר מיין ליבער ברודער, ווארף אוועק דיין סמארטפאון, ווארף אוועק דיין טעבלעט; ווי אזוי וועסטו קענען קומען צום רבי'ן ראש השנה ווען דו האסט א כלי טמא ומטמא? דו פארטרייבסט די שכינה הקדושה פון דיין שטוב, די תורה זאגט (דברים כג, טו): "כִּי ה' אֱלֹקֶיךָ מִתְהַלֵּךְ בְּקֶרֶב מַחֲנֶךָ לְהַצִּילְךָ וְלָתֵת אֹיְבֶיךָ לְפָנֶיךָ, וְהָיָה מַחֲנֶיךָ קָדוֹשׁ, וְלֹא יִרְאֶה בְךָ עֶרְוַת דָּבָר, וְשָׁב מֵאַחֲרֶיךָ", דער אייבערשטער זאגט: "איר זאלט זיך פירן הייליג, ווייל אויב איר וועט זיך נישט פירן הייליג וועל איך אוועק גיין פון אייך"; די כלים פארטרייבן די שכינה הקדושה, איך בעט דיר טו עס פאר דיר, פאר דיינע דורות.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.