בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#1 - ווי אזוי קען מען וויסן וואו צו וואוינען?
תפילות אויף אידיש, תפילה והתבודדות, דירה

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת ויצא, ד' כסליו, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


ווי קען איך דיר זאגן וואו צו גיין וואוינען? איך אליינס ווייס דען וואו איך דארף וואוינען? איך בעט אזויפיל דעם אייבערשטן זאל מיר זאגן וואו איך זאל וואוינען און וואס איך זאל טון, און אזוי ווייטער.


בעט דעם אייבערשטן, שמועס מיט אים און שמועס אויס אלע צדדים; וואו דו וואוינסט יעצט און וואס ציט דיר זיך אריבערציען אהין, אזוי וועסטו וויסן וואו דיין פלאץ איז.


מיין ליבער טייערער ברודער, התבודדות ותפילה איז אזוי ווי די אורים ותומים. אין די צייט פון די בית המקדש, ווען מען האט געהאט א ספק - איז מען געגאנגען צום כהן גדול, מען האט געפרעגט די ספק און עס האט אנגעהויבן שיינען אותיות אויפ'ן חושן; אזוי האט מען געוויסט ווי אזוי זיך צו פירן. היינטיגע טעג ווען מיר האבן נישט קיין אורים ותומים - האבן מיר תפילה והתבודדות; ווען מען בעט דעם אייבערשטן, מען שמועסט אויס די ספק מיט'ן אייבערשטן און מען בעט אים: "הייליגער באשעפער, איך ווייס נישט וואס איז ריכטיג, איך ווייס נישט ווי אזוי זיך צו פירן, באווייז זיך צו מיר, ווייז מיר די וועג ווי אזוי איך זאל זיך פירן" - דורכדעם הויבט אן שיינען פאר'ן מענטש די וועג ווי אזוי זיך צו פירן. אזוי ווי חכמינו זכרונם לברכה זאגן (ויקרא רבה ל, ג): "בַּדּוֹרוֹת הַלָּלוּ" אין די היינטיגע טעג, "שֶׁאֵין לָהֶם לֹא מֶלֶךְ" וואס מיר האבן נישט קיין קעניג, "וְלֹא נָבִיא" און מיר האבן נישט קיין נביא, "לֹא כֹהֵן" מיר האבן נישט קיין כהן, "וְלֹא אוּרִים וְתֻמִּים" און נישט קיין אורים ותומים, "וְאֵין לָהֶם אֶלָּא תְּפִלָּה זוֹ בִּלְבָד" מיר האבן נאר תפילה, "אָמַר דָּוִד לִפְנֵי הַקָּדוֹשׁ בָּרוּךְ הוּא 'רִבּוֹנוֹ שֶׁל עוֹלָם אַל תִּבְזֶה אֶת תְּפִלָּתָם'", אויף אונז בעט דוד המלך, רבונו של עולם נעם אן די תפילות פון אידישע קינדער.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.