בעזרת ה' יתברך - יום ב' פרשת בא, כ"ז טבת, שנת תשפ"ה לפרט קטן
לכבוד ... נרו יאיר
מיר שטייען יעצט אין די טעג פון שובבי"ם וואס איז מסוגל צו מתקן זיין פגם הברית. דארף מען די ערשטע זאך אכטונג געבן רעדן צו די קינדער פון קדושה, זיי זאלן וויסן אז מען טאר נישט אנרירן אות ברית קודש, זיי לערנען ווי אזוי מען באדט זיך, ווי אזוי מען נעמט א שויער און ווי אזוי מען גייט ארויס אין בית הכסא; דאס אלעס דארפן עלטערן אויסלערנען, אז מען טאר נישט אנרירן.
אויך דארף מען אנגרייטן די קינדער זיי זאלן זיך אכטונג געבן אויב איינער, א פרעמדער; א קינד, א בחור, אדער עלטערע - וויל אנרירן השם ישמרינו, אדער וויל מען זאל אים אנרירן השם ישמרינו; מען זאל וויסן ווי צו זיין באשיצט, מען זאל שרייען, מען זאל אנטלויפן און דערציילן.
זיכער די טעכטער דארף מען אויסלערנען צניעות, זיך אכטונג געבן אז קיינער זאל נישט שפילן מיטן קערפער, מיידלעך דארפן א שטארקע שמירה. חכמינו זכרונם לברכה זאגן (במדבר רבה יא, ה): "'וְיִשְׁמְרֶךָ' בְּבָנוֹת", א מיידל דארף א שטארקע שמירה; בפרט היינטיגע טעג איז דא אסאך פריצות, דארף מען אכטונג געבן אויף די קינדער, זיי אנזאגן זיי זאלן זיך אכטונג געבן פון מניוולים און משחיתים.
ווען מען רעדט צו די קינדער פון קדושה דארף דאס זיין בניחותא, נישט מיט איבערגעטריבענע שרעק, נאר קלאר, שטארק און שטרענג; מען דארף זיין איידל, מען דארף זיין ערליך, מען טאר נישט שפילן אזוי און אזוי, מען דארף היטן די אויגן, מען דארף היטן דעם דיבור וכו' וכו'.
האב נישט מורא צו זיין א גוטע שטרענגע טאטע, א ניין זאל זיין א ניין, און א יא זאל זיין א יא; זיי נישט קיין שוואכלינג און פויל, לאז זיך נישט פירן פון די קינדער. מיר וואוינען אין אמעריקע אבער מיר זענען נישט קיין אמעריקאנער, מיר זענען אידן, מיר טוען וואס די תורה זאגט, די תורה זאגט מען זאל לערנען די קינדער דרך ארץ, מען זאל זיי לערנען צו דאווענען און לערנען, מאכן ברכות וכו' וכו'.
דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.