בעזרת ה' יתברך - יום ג' פרשת לך לך, ט' מר-חשון, שנת תשפ"ד לפרט קטן
לכבוד ... נרו יאיר
ליבער ברודער, דראפע זיך און דערהאלט זיך. דער רבי האט געזאגט פאר רבי נתן (חיי מוהר"ן, סימן תקנה): "דו ווייסט וועם דער אייבערשטער האט ליב? דער אייבערשטער האט ליב א געפרעגלטן איד"; א מענטש וואס עס גייט אריבער אויף אים ביטערע שווערע נסיונות און ער דערהאלט זיך, אים האט דער אייבערשטער ליב.
שטארק זיך מיט אמונה פשוטה; אפילו עס גייט אויף דיר אריבער שוועריקייטן און דו שפירסט אז דו קענסט עס נישט אויסהאלטן. דער רבי האט געזאגט פאר רבי נתן (שיחות הר"ן, סימן רעט): "אז עס איז גאר ביטער איז מען זיך אינגאנצן מבטל", האט רבי נתן געפרעגט דעם רבי'ן: "אֵיךְ מְבַטְּלִין עַצְמוֹ", ווי אזוי איז מען זיך מבטל? האט דער רבי געזאגט: "מען פארמאכט זיך דאס מויל און די אויגן – דאס איז ביטול".
איך בין זייער פארנומען, איך מוז מקצר זיין; אייך זאך קען איך דיר זאגן, זעסט מיין שמייכל? וואס ווייסטו וואס טוט זיך אונטער די שמייכל? איך בין אזוי צעבראכן איך קען דיר נישט שרייבן וואס גייט אריבער אויף מיר, וואס טו איך? איך טו וואס מוהרא"ש האט מיר געלערנט; גיין צום אייבערשטן, אים אלעס דערציילן און אים בעטן אזוי ווי או ארעמאן בעט זיך פאר א נדבה, און פון אינדרויסן דערהאלט איך זיך.
דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.