בעזרת ה' יתברך - יום ג' פרשת חקת, ג' תמוז, שנת תשפ"ד לפרט קטן
לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר
דיר וואלט איך ווען געדארפט יעדן איינציגסטן טאג שרייבן א בריוו, דיך מחזק זיין מיט דיין הייליגע ארבעט; דו האסט די זכי' עוסק זיין אין די הייליגסטע זאכן אויף די וועלט, דו ביסט דער מנהל אויפן גרויסן בית הדפוס אין אמעריקע, וואו מען דרוקט הונדערטער טויזנטער ספרים, גליונות און קונטרסים, צוריק צו ברענגען עם ישראל צום אייבערשטן; איז דיין חלישות הדעת אויך גרויס, ווייל ווי גרויס די קדושה איז – אלץ מער חלישות הדעת גייט אריבער.
איך בעט דיר זייער, שטארק זיך און גיי אן מיט אלע כוחות, און אפילו דו האסט מניעות, בלבולים, חלישות הדעת וכו' וכו' – זאלסטו נישט אפשטעלן די אפערעישן פאר קיין איין רגע. דער רבי זאגט (לקוטי מוהר"ן חלק ב', סימן צא): "כִּי הַשֵּׁם יִתְבָּרַךְ אֵינוֹ רוֹצֶה בְּמִיתָתָן שֶׁל רְשָׁעִים", דער אייבערשטער וויל נישט די רשעים זאלן שטארבן, "כִּי אִם בְּטוֹבָתָן, שֶׁיִּזְכּוּ לָשׁוּב בִּתְשׁוּבָה", דער אייבערשטער וויל מען זאל תשובה טון; זאלסטו נישט אויפהערן מיט דיין הייליגע ארבעט.
איך הער זאגן אז דו דרוקסט יעצט איבער די זמירות היכל הקודש מיט די אידישע ניגונים, איך וויל דאס מגיה זיין, ביטע ברענג מיר א קאפי.