בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#1 - ווי מער מען דאנקט דעם אייבערשטן, אלץ גרינגער ווערט
קינדער, תודה והודאה, אמונה, חיזוק פאר פרויען

בעזרת ה' יתברך - יום ה' פרשת משפטים, כ"ב שבט, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


מרת ... תחי'


מזל טוב פאר אייער נייע געבוירענע מיידל, דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט זען אסאך נחת.


יעצט דארפט איר האבן אסאך כח צו די קינדער און צו די ניי געבוירענע קינד, וויל איך אייך דערמאנען פון די עצה פון דאנקען און לויבן דעם אייבערשטן, ווי מער מען דאנקט דעם אייבערשטן - אלץ גרינגער ווערט, מען באקומט אייזערנע כוחות פאר די קינדער, פארן מאן און פאר אלעס.


ווען מען דאנקט דעם אייבערשטן ווערט שטארק די אמונה, און אז מען האט אמונה - ווערט מען אויסגעהיילט פיזיש און גייסטיש. אזוי ווי דער הייליגער רבי זאגט (לקוטי מוהר"ן חלק ב', סימן ה): "הָעִקָּר הוּא הָאֱמוּנָה, וְצָרִיךְ כָּל אֶחָד לְחַפֵּשׂ אֶת עַצְמוֹ, וּלְחַזֵּק אֶת עַצְמוֹ בֶּאֱמוּנָה", דער עיקר אויף וואס א מענטש דארף ארבעטן צוצוקומען - איז אמונה, "כִּי יֵשׁ סוֹבְלֵי חֳלָאִים, שֶׁיֵּשׁ לָהֶם מַכּוֹת מֻפְלָאוֹת, וְהֵם סוֹבְלִים הֶחֳלָאִים רַק בִּשְׁבִיל נְפִילַת הָאֱמוּנָה", ווייל עס זענען דא זייער אסאך מענטשן וואס ליידן מחלות בלויז ווייל זיי האבן נישט קיין אמונה; דאס גייט ארויף אויף יסורי הנפש וואס מענטשן ליידן נעבעך, זאגט דער רבי ווייטער: "כִּי עַל יְדֵי נְפִילַת הָאֱמוּנָה, בָּאִים מַכּוֹת מֻפְלָאוֹת שֶׁאֵין מוֹעִיל לָהֶם לֹא רְפוּאוֹת, וְלֹא תְּפִלָּה, וְלֹא זְכוּת אָבוֹת", ווען א מענטש האט נישט קיין אמונה און ער ליידט נעבעך פון די מחלות וואס קומט פון חסרון אמונה, דעמאלט העלפט אים נישט קיין רפואות, עס העלפט נישט קיין תפילה און אויך נישט זכות אבות; דאס גייט ארויף אויף די יסורים וואס מענטשן מאכן נעבעך מיט פון אלע סארט יסורי הנפש, עס פייניגט זיי פון אינעווייניג - יעדער מיט זיינע שלעכטע מחשבות, און די איינציגסטע רפואה אויף דעם איז אמונה.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.