בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#1 - ווי מער מ'בעט פאר די קינדער, אלץ מער זענען זיי מצליח
תפילה והתבודדות, חינוך הילדים, תפלות אויף אידיש

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת יתרו, חמשה עשר בשבט, שנת תש"פ לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


מוהרא"ש האט דערציילט, אמאל איז א איד געקומען צום הייליגן חפץ חיים זכותו יגן עלינו און ער האט געבעטן א ברכה אויף גוטע קינדער, האט דער הייליגער חפץ חיים זי"ע גענומען א תהילים וואס איז געווען אויפגעבלאזן פון נאסקייט און דאס געוויזן פאר דעם איד, און אים דערביי געזאגט: "דאס איז דער תהלים פון מיין מאמע עליה השלום, וואו זי פלעגט יעדן טאג וויינען אז זי זאל האבן גוטע קינדער, אזוי איז מען זוכה צו גוטע קינדער".


דערפאר זאלסטו אסאך בעטן דעם אייבערשטער אז דו זאלסט זוכה זיין צו קינדער וואס וועלן באלייכטן די וועלט; מיין נישט אז איר קענט נישט זוכה זיין צו האבן קינדער וואס וועלן זיין גרויסע צדיקים, עס זענען געווען גרויסע צדיקים וואס האבן ליכטיג געמאכט די גאנצע וועלט און זיי האבן געהאט פשוט'ע עלטערן. בעט דעם אייבערשטן: "רבונו של עולם העלף מיר אז איך זאל זוכה זיין צו קינדער און אייניקלעך וואס וועלן לערנען די הייליגע תורה און וועלן נאר דיך דינען; רבונו של עולם, הער אויס מיינע פשוט'ע תפילות וואס איך בעט דיר און געב מיר קינדער וואס וועלן ליכטיג מאכן די וועלט, קינדער וואס וועלן זיין דבוק צו דיר. העלף מיר אייבערשטער אז איך זאל וויסן ווי אזוי צו מחנך זיין מיינע קינדער, מיינע קינדער זאלן וועלן זיין ערליך און חסידי'ש און זיי זאלן נישט זוכן צו זיין קאלט וכו'".


ווי מער מען בעט דעם אייבערשטן און ווי מער א מאמע וויינט פאר אירע קינדער - באוואסערט זי איר גארטן. פונקט אזוי ווי ביימער און גראז וואקסן שיין נאר דורכדעם וואס מען באוואסערט עס, אזוי אויך - און נאך מער וואקסט אויף א שיינע דור ערליכע אידן אז מען זאגט יעדן טאג תהילים און מען בעט דעם אייבערשטן.


בנוגע דיין פראגע וכו'; עס איז נישט כדאי צו נוצן בילדער פון די קינדער פאר עדוועטייזמענטס צוליב כמה סיבות.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.