בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#1 - ווי קען איך גיין אין א פלאץ אן א מקוה?
מקוה, קדושה, שטעטל

בעזרת ה' יתברך - יום ה' פרשת וירא, י"ח מר-חשון, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד מיין ליבער ... נרו יאיר


לאז מיר וויסן וויפיל געלט דארף מען צו ענדיגן די מקוה אין בית המדרש אין די ווילידזש.


עס שטערט מיר אז מען מאכט א געגנט אן א מקוה; לא לזאת היתה כוונתי, ארויסשלעפן אינגעלייט זאלן האבן הייזער אן טהרה; ווער דארף א הויז? ווער דארף וואוינען אויף אפאר עיקער? אן יראת שמים אן טהרה - איז גארנישט דא.


איך בעט דיר זייער, 'המתחיל במצוה אומרים לו גמור', האסט אנגעהויבן מיט די נייע געגנט, עס איז שוין דא כמעט צוויי מנינים משפחות, א שול איז דא, מיט א גוטע לופט, די אחדות איז דארט זייער שטארק, גוטע גבאים, אבער מיר שטערט אז אינגעלייט גייען נישט שבת אינדערפרי אין מקוה, עס מוז זיין טהרה.


דער גבאי ישראל חיים נרו יאיר לאדנט מיך, ער וויל איך זאל קומען אהין אויף שבת מחזק זיין די געגנט, אבער ווי קען איך גיין אין א פלאץ אן א מקוה?!


לאז מיר וויסן וויפיל געלט מען דארף, איך וועל פרובירן שאפן געלט צו ענדיגן די מקוה.


און אויף ווייטער זאלסטו וויסן, נישטא אזא זאך ווי מאכן א געגנט פון אינגעלייט אן קיין מקוה. מקוה איז וויכטיגער ווי האבן אן אייגענע מצה בעקעריי, מצות קען מען קויפן ביי אנדערע קהילות; שבת מוז זיין א מקוה, אינגעלייט זאלן זיין ריין און הייליג.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.