בעזרת ה' יתברך - יום ה' פרשת שלח, כ"א סיון, שנת תשפ"ד לפרט קטן
לכבוד מיין טייערער ליבער ... נרו יאיר
געב זיך אכטונג נישט וויי טון קיינעם, עס קען זיין א גרויסע סכנה. איך זאג דיר דאס ווייל איך האב דיך ליב און איך קען דיין נאטור; דו זאגסט דעם אמת, דו האסט נישט פון קיינעם מורא, אבער צומאל קען דאס וויי טון און עס קען פארשעמען, חס ושלום.
בעט איך דיר, נעם אראפ יעדן טאג אפאר מינוט, גיי אין א שטילע פלאץ און פארמאך זיך די אויגן, און זאג: "הייליגער באשעפער העלף מיר איך זאל קיינעם נישט וויי טון, העלף מיר קיינער זאל נישט ווערן וויי געטון דורך מיר, געב מיר גוטע אויגן, צו זען אין יעדן איינעם נאר זיין גוטס, געב מיר ישוב הדעת איך זאל געדענקען פון יענע וועלט, אז נאך אביסל וועל איך זיין א טויטער, מען וועט מיך לייגן אין גרוב, און דארט וועט מען מיך פארהאלטן אויף יעדע צער וואס איך האב געמאכט פארן אייבערשטן".
מיט התבודדות רייניגט מען זיך די בלוט, און דורך וידוי דברים ווערט מען ריין פון אלע שלעכטס.