בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#1 - א ווייכע הארץ אינאיינעם מיט א שטארקע הארץ
חינוך הילדים, אמונה, התחזקות

בעזרת ה' יתברך - יום א' פרשת נשא ב' (בהעלותך בא"י), ח' סיון, אסרו חג, שנת תשפ"ו לפרט קטן


יצחק פאפנהיים נרו יאיר, מנהל מוסדות היכל הקודש בארץ הקודש


איך האב געהערט דיין מעסעדזש אז עס האט דיר זייער וויי געטון ביים וועקן די בחורים וואס שלאפן אין דארמיטארי צו זען א בחור שלאפן אן ציצית, און א צווייטער שלאפן אן א קאפל און אן די ציצית; איך בין נייגעריג די סוף פון די מעשה, אויפן מעסעדזש הערט מען נאר דאס קרעכצן וכו'.


איך וויל דיך מחזק זיין, וויסן זאלסטו, מיר האבן געעפנט די ישיבה און די מוסדות צו אויסלערנען קינדער, בחורים און מיידלעך צו וויסן ווי אזוי זיך צו פירן, און אמאל קומען בחורים וואס אין שטוב האט מען זיי נישט געלערנט ווי אזוי זיך צו פירן, אדער אמאל איז פארקערט, מען האט געלערנט נישט ריכטיג, און פון גרויס לחץ האבן זיי נישט די כלים דאס צו קענען טון, זיי ווילן טון נאר פארקערט; צוליב דעם האבן מיר די ישיבה, די מוסדות, צו אויסלערנען בחורים און קינדער ווי אזוי זיך צו פירן מיט יראת שמים, מיט דרך ארץ, און אוודאי די ריינע אמונה וכו'.


איך האף אז דו האסט געזאגט פאר די בחורים אז עס איז הייליג צו שלאפן מיט א קאפל און ציצית, דאס איז יראת שמים, און דאס ברענגט אמונה, און וויסן זאלסטו, אז מען זאגט איין מאל – איז נאכנישט סוף פסוק, מען דארף זיין גרייט צו איבערזאגן און איבער'חזר'ן נאכאמאל און נאכאמאל, און ווען מען זאגט – דארף מען דאס זאגן מיט רחמנות, מיט הארץ; ווייל מען רעדט דא פון טייערע אידישע קינדער, נשמות ישראל; דארף מען האבן רחמנות. דער הייליגער רבי זאגט (לקוטי מוהר"ן חלק ב, סימן ז), אויפן פסוק (ישעי' מט, י): "כִּי מְרַחֲמָם יְנַהֲגֵם", אז ווער עס האט רחמנות – דער קען זיין א מנהיג ישראל, ווייל דאס איז די גרעסטע רחמנות, צו זען אידישע קינדער פאלן אין עבירות, עס איז נישטא קיין גרעסערע רחמנות און קיין גרעסערע יסורים ווי עבירות.


על כן ליבער ברודער, טייערער הארציגער חבר, שטארק זיך, און שטארק די גאנצע סטעף; אלע מלמדים, מגידי שיעור, זיי זאלן נישט קרעכצן ווען מען זעט ביי די תלמידים ווי מען פירט זיך נאכנישט ריכטיג, ענדערש זאל מען טון צו די זאך. מוהרא"ש זכותו יגן עלינו ברענגט פונעם ריי"צ זכותו יגן עלינו: "בעסער עפעס טון פון טויזנט אנחות"; אז מען זעט בחורים שלאפן וכו' לערנט מען זיי דאס גרויסקייט פון נעגל וואסער, דאס גרויסקייט פון ציצית וכו', און אז מען זעט בחורים פארשלאפן – דארף מען רעדן צו זיי פון די מצוה פון קריאת שמע, און אזוי ווייטער.


הכלל, חינוך איז זייער הייליג, און אויך דארף מען אסאך כח און א ווייכע הארץ אינאיינעם מיט א שטארקע הארץ פון נישט צעבראכן ווערן און נישט אויפגעבן; צו גלייבן אז יעדע ווארט, יעדע חיזוק ווארט טוט אויף, וואויל זענען די וואס זענען עוסק אין חינוך הבנים והבנות, בפרט אין דעם דור איז ממש הצלת נפשות, פשוטו כמשמעו.


איך בענק זיך צו דיר און צו די גאנצע סטעף, איך האלט מיט פון דערווייטנס יעדע פרט ופרט, סיי פון תלמוד תורה, סיי פון בית פיגא, און פון די ישיבה; איך בעט פאר ענק אלע.