בעזרת ה' יתברך
יום ד' פרשת נצבים, כ"ה אלול, שנת תשע"ט לפרט קטן
לכבוד מיין טייערער ליבער חבר ... נרו יאיר.
איך האף אז דו ביסט נישט ברוגז אדער אנגעווייטאגט אויף מיר אויב דורכ'ן יאר האב איך דיר געזאגט אדער געשריבן וכו'; נעם אן מיינע ווערטער אויף א פאזיטיווער וועג, ווייל איך וויל נאר דו זאלסט האבן א גוט לעבן.
יעצט ביים רבינ'ס ציון וועלן מיר פועל'ן א גוט יאר; ביים רבינ'ס ציון קען מען פועל'ן ישועות שלא כדרך הטבע. מוהרא"ש זאגט נאך בשם רבי אברהם בן רבי נחמן זכרונו לברכה: "אז מען עקשנ'ט זיך ביים ציון, קען מען אלעס פועל'ן".
דעריבער זאלסטו נישט זיין קיין בטלן, זאלסט זיצן ביים ציון און וויינען און וויינען אז דו זאלסט ארויסגיין פון דיין צוגעקלעבטקייט צו אלקאהאל; בעט דעם רבי'ן אז דו זאלסט זיך פאר'עקלען פון אלקאהאל, און מיט תפילה קען מען אלעס פועל'ן.
א אינגערמאן האט מיר דערציילט אז זיין זיידע (א מחותן פון מוהרא"ש זכרונו לברכה) פלעגט רייכערן צוויי פושקעס צוגרעטלעך יעדן טאג (רויטע צוגרעטלעך), ער איז געווען אזוי צוגעבינדן צו דעם, ער האט זיך ממש נישט געקענט שיידן דערפון.
ווען ער איז מקורב געווארן צום רבי'ן האט ער אנגעהויבן בעטן דעם אייבערשטן: "הייליגער באשעפער, העלף מיר איך זאל מער נישט רייכערן; דער רבי זאגט מען זאל נישט רייכערן, העלף מיר איך זאל זיך אפלאזן פון דעם", איין אינדערפרי ווען ער האט גענומען דעם צוגרעטל אין האנט האט ער געשפירט ווי עס עקלט אים און ער האט דאס אראפגעווארפן, נאכדעם האט ער ווייטער פרובירט איינמאל און נאכאמאל ביז ער האט געזען אז זיינע תפילות און געבעטן זענען נתקבל געווארן און ער האט זיך אפגעוואוינט פון דעם. זעט מען פון דעם, אז מען בעט העלפט דער אייבערשטער.
א כתיבה וחתימה טובה.
בעט פאר מיר, יואל בן ריצא רעכל.