בעזרת ה' יתברך - יום א' פרשת עקב, י"ב מנחם-אב, שנת תשפ"ו לפרט קטן
מיין טייערער ... נרו יאיר
די יאר איז שוין כמעט אריבער, די וואך איז שוין חמשה עשר באב, עס הייבט שוין אן בלאזן די ווינט פון די הייליגע טעג, נאך אפאר וואכן פארן מיר שוין צום הייליגן רבי'ן, אנשי שלומינו קומען צום רבי'ן מיט מתנות; דו האסט גאר א שיינע מתנה צו ברענגען, נאך א ש"ס, א דריטע מאל ש"ס מיט צענדליגער מאל משניות.
איך האב געמאכט די חשבונות וויפיל געלט דו האסט געברענגט אלע יארן ביים קאמפיין, איך זע אז דו האסט מיר זייער שיין געהאלפן, האסט געברענגט א חשבון פון צוועלף טויזנט דאלער, פון גיין נאך געלט ביי די צייט פון די קאמפיין.
איך האף צום אייבערשטן אז דו וועסט מיר די יאר אויך העלפן, איך זע אז פאריאר האסטו גארנישט געברענגט קיין געלט, איך האף אז דו ביסט נישט פון די וואס זאגן אז די קאמפיין איז נישט פאר מיר וכו' וכו', איך וויל נישט אריין גיין אין די נארישקייטן.
די קאמפיין איז מיך ארויסנעמען פון די חובות וואס איך האב פון בויען די מוסדות און די קהילה, איך האף אז דו וועסט די יאר שאפן צדקה, בעטן צדקה, גיין נאך צדקה.