בעזרת ה' יתברך - יום ג' פרשת אמור, ו' אייר, כ"א לעומר, שנת תשפ"ד לפרט קטן
לכבוד ... נרו יאיר
ווארף ארויס פון שטוב דיין טעלעפאן מיט דיין טעבלעט, אין א אידישע שטוב קומט נישט אריין די זאכן; לאז דיינע קינדער אויפוואקסן ערליך און געזונט.
א אינגערמאן דערציילט מיר, ער האט געזען מייז אין זיין דירה, האט ער פארשטאפט די לעכער מיט סטילוואל; פרעגט אים זיין קליינע טאכטער: "וואס איז די סטילוואל וואס דו לייגסט דא אריין אין די לאך?" זאגט ער: "דאס איז צוריק צו האלטן די מייז זאלן נישט קומען".
אפאר מינוט שפעטער זעט ער ווי זיין טאכטער שלעפט ארויס די אלע שטיקלעך סטילוואל, פרעגט ער איר: "פארוואס טוסטו דאס?" זאגט זי: "איך וויל די מייז זאלן קומען, עס איז אזוי זיס מייז, מאמי ווייזט מיר אויף איר טעלעפאן ווי די מייז שפילן זיך, איך וויל די מייז זאלן קומען אין מיין צימער איך וויל שפילן מיט זיי".
דער אינגערמאן זאגט מיר: "נישט גענוג מיין ווייב האט א טעלעפאן, וואס קען איך טון אז זי זאל נישט ווייזן פאר די קינדער...?"
בעט דעם אייבערשטן זאלסט קענען ביישטיין די נסיונות פון עקבתא דמשיחא, בלייבן ערליך מיט דיינע דורות.
דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.