בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#1 - ווילסט בלייבן אין היכל הקודש, שטיי ווייט פון מחלוקת
מחלוקת, היכל הקודש, ליצנות

בעזרת ה' יתברך - יום ד' פרשת אחרי-ב', כ"ג ניסן, אסרו חג, ח' לעומר, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר, קרית ברסלב


ביסט א פרישער מקורב אין היכל הקודש און אז דו ווילסט בלייבן מקושר אין די הייליגע חבורה - זאלסטו שטיין ווייט פון מחלוקות, שטיי ווייט פון די וואס טראגן און ברענגען לשון הרע; סיי די וואס ברענגען דיר לשון הרע וואס מען רעדט אויף דיר, און סיי דער וואס דערציילט דיר פון וואס דער רעדט אויף יענעם. זאלסט וויסן אז דאס איז פון די פרינציפן אין היכל הקודש, די ערשטע און וויכטיגסטע זאך; נישט האבן צוטון מיט לצים וואס זיצן אין אונזערע ד' אמות.


דא האסטו א שטיקל וואס מוהרא"ש האט מיר געלאזט צוואה, די צוואה איז פאר מיר פריוואט און דו זאלסט דאס אויך נעמען פאר דיר פריוואט (צוואת מוהרא"ש, אות י):


מַיינֶע טֵייעֶרֶע קִינְדֶער אוּן תַּלְמִידִים, אִיר זָאלְט זִיךְ זֵייעֶר שְׁטַארְק הִיטְן זִיךְ נִישְׁט אַרַיינְצוּמִישְׁן אִין קַיין שׁוּם מַחְלוֹקֶת אוּן קְרִיגֶערַייעֶן, אִיר זָאלְט נִישְׁט הָאבְּן קַיין שַׁיְיכוּת מִיט קַיין שׁוּם סָארְט פָּאלִיטִיק.


כְּלַל יִשְרָאֵל אִיז אֵיין גְרוֹיסֶער גֶעשְׁטֶעל, אוֹיבּ הֵייבְּט מֶען אָן זוּכְן חֶסְרוֹנוֹת אוֹיף אִידְן, צוּבְּרֶעכְט מֶען מִיט דֶעם חֲלָקִים פוּנֶעם גַאנְצְן גֶעשְׁטֶעל, אוּן דַאן קֶען צוּפַאלְן דֶער גַאנְצֶע בִּנְיָן, מֶען קֶען אִינְגַאנְצְן אַוֶועק פַאלְן פוּנֶעם אֵייבֶּערְשְׁטְן, אוּן אַרַיינְפַאלְן חַס וְשָׁלוֹם אִין כְּפִירוֹת אוּן אַפִּיקוֹרְסוּת. אוּן פַארְקֶערְט וֶוען מֶען הַאלְט זִיךְ בְּשָׁלוֹם בְּרֶענְגְט דָאס אַלֶע גוּטֶע זַאכְן, שָׁלוֹם אִיז דִי כֵּלִי וָואס בְּרֶענְגְט פַארְן מֶענְטְשׁ אַלֶע גוּטֶע בְּרָכוֹת אוּן יְשׁוּעוֹת.


דֶערִיבֶּער זָאלְט אִיר זִיךְ קֵיינְמָאל נִישְׁט אַרַיינְמִישְׁן אִין קַיין שׁוּם מַחְלוֹקֶת, אִיר זָאלְט אֵייבִּיג שְׁטֵיין פוּן דִי זַייט אוּן אַנְטְלוֹיפְן נָאר צוּם אֵייבֶּערְשְׁטְן. אֲפִילוּ אוֹיבּ מֶען וֶועט אַייךְ וֶועלְן אַיינְרֶעדְן אַז עֶס אִיז מַמָשׁ אַ מִצְוָה אוּן אַ חוֹב קָדוֹש צוּ רוֹדְפְ'ן אַ גֶעוִויסְן מֶענְטְשׁ, זָאלְט אִיר זֶען צוּ אַנְטְלוֹיפְן פוּן דִי סָארְט מִצְוֹת, אִיר זָאלְט אַייךְ הַאלְטְן נָאר בְּשָׁלוֹם מִיט יֶעדְן אֵיינֶעם. אוּן זִיכֶער זָאלְט אִיר קֵיינְמָאל נִישְׁט אוּנְטֶערְשְׁרַייבְּן קֶעגְן קַיין שׁוּם אִיד, וֶוער עֶס שְׁרַייבְּט אוּנְטֶער קֶעגְן אַ אִיד גֵייט אַרַיין אִין כְּלַל וָואס דִי חֲזַ"ל זָאגְן (סַנְהֶדְרִין נח:) "הַמַּגְבִּיהַּ יָדָיו עַל חֲבֵירוֹ נִקְרָא רָשָׁע" - אֵיינֶער וָואס הֵייבְּט אוֹיף אַ הַאנְט אוֹיף זַיין חַבֶר הֵייסְט אַ רָשָׁע. דֶער אֵייבֶּערְשְׁטֶער וֶועט נְקָמָה נֶעמֶען אִין דֶעם וָואס טוּט דָאס, עֶר וֶועט וֶוערְן אוֹיסְגֶערִיסְן פוּן דִי וֶועלְט רַחֲמָנָא לִיצְלָן.


דֶערִיבֶּער זָאלְט אִיר זֶען צוּ אַנְטְלוֹיפְן פוּן אַלֶע עֶרְלֵיי מַחְלוֹקֶת, רַייבֶּערֵייעֶן אוּן טַעֲנָה'רַייעֶן וָואס מַאכְט זִיךְ צְוִוישְׁן חֲסִידוּת'ן אָדֶער צְוִוישְׁן אַנְדֶערֶע גְרוּפֶּעס אוּן פַּארְטֵייעֶן. אִיר זָאלְט זֶען צוּ מְכַבֵּד זַיין יֶעדְן אִיד, צוּ הַאלְטְן טֵייעֶר אוּן חָשׁוּב יֶעדְן אִיד. אִיר זָאלְט מִתְפַּלֵל זַיין אוּן בֶּעטְן דֶעם אֵייבֶּערְשְׁטְן אַז עֶס זָאל זַיין נָאר שָׁלוֹם צְוִוישְׁן אִידְן אוּן אַז אַלֶע אִידְן זָאלְן צוּרִיק קוּמֶען צוּם אֵייבֶּערְשְׁטְן.


אִין דֶעם זְכוּת וָואס אִיר וֶועט נָאר זוּכְן שָׁלוֹם אוּן אִיר וֶועט מִתְפַּלֵל זַיין פַאר אִידְנְ'ס וֶועגְן, אִין דֶעם זְכוּת וֶועלְן אַייעֶרֶע תְּפִלוֹת וֶוערְן אָנְגֶענוּמֶען אִין הִימְל אוּן עֶס וֶועט אַרָאפּ בְּרֶענְגֶען אַלֶע גוּטֶע הַשְׁפָּעוֹת, וַוייל בַּיים אֵייבֶּערְשְׁטְן אִיז זֵייעֶר חָשׁוּב וֶוער עֶס פְּרוּבִּירְט זִיךְ צוּ הַאלְטְן בְּשָׁלוֹם מִיט אַלֶע אִידִישֶׁע קִינְדֶער אוּן עֶר בֶּעט אוּן אִיז מִתְפַּלֵל פַאר אִידִישֶׁע קִינְדֶער.


*


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.