בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#1 - וויפיל מאל האסטו שוין געמיינט אז עס איז עק וועלט
התחזקות, פרנסה, התבודדות

בעזרת ה' יתברך - יום א' פרשת בהר-בחוקותי, כ' אייר, ל"ה לעומר, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר


איך בין יעצט אנגעקומען קיין ירושלים, איך גיי יעצט געבן א שיעור אין אונזער שול.


היינט אינדערפרי בין איך געווען אין טברי', געדאווענט שחרית ביים ציון פון רבי מאיר בעל הנס, און נאכדעם געפארן קיין יבנאל צום ציון פון מוהרא"ש זכותו יגן עלינו, איך האב געבעטן פאר דיר, איך האב דערמאנט אלע חסדים וואס דו טוסט פאר די קהילה, קהילות היכל הקודש, וויפיל דו געבסט זיך אוועק בטירחא, ברצון ובממון.


שטארק זיך, ווער נישט פארלוירן, און ווען דו זעסט אז עס ווערט דיר ענג – זאלסטו קוקן אויף צוריק און זיך דערמאנען וויפיל מאל דו האסט געמיינט אז עס איז עק וועלט און אלעס איז געענדיגט, און פלוצלונג איז געווארן ליכטיג און זיס.


גיי יעדן טאג התבודדות אין פעלד, הינטער דיין שטוב, גיי ארום די פעלד און זאג אפאר ווערטער פארן אייבערשטן. בעט אים דו זאלסט געדענקען אז נאך אביסל וועט מען דארפן צוריק גיין, און נאר די גוטס וועט מען מיט נעמען, און אלע ווייטאג וועט דא בלייבן.