בעזרת ה' יתברך
יום ג' פרשת חיי שרה, כ"א חשון, שנת תש"פ לפרט קטן
... תחי', תלמידה בית פיגא ברסלב.
דו האסט נישט גוט פארשטאנען וואס מיר האבן גערעדט ביי די שיעור. קודם כל א ראש ישיבה איז נישט קיין חבר, צווייטנס, מען מיינט נישט צו זאגן אז ווען מען ליידט פון אנדערע זאל מען נישט דערציילן פאר חברים, אודאי דארף מען דערציילן, נאר מען האט גערעדט אז אויב מען האט געטון נארישקייטן אינעם עבר איז נישט כדאי דאס צו דערציילן פאר אנדערע, ווייל שפעטער וועט יענער דיר באגראבן מיט דאס וואס מען האט פארציילט, אבער אז איינער רודפ'ט דיר דארפסטו דערציילן.
בנוגע שניידן די נעגל פון די פיס אויף א סדר; דאס וואס מיר זענען מקפיד ווען מען שערט די נעגל נישט צו שערן איינס נאכן צווייטן וכו', דאס איז נאר ווען מען שניידט די נעגל פון די הענט, אבער ווען מען שערט די נעגל פון די פיס דארף מען נישט מקפיד זיין (עיין ספר זכרון חלק ב', סימן לו בשם החזון איש זצ"ל).
בנוגע צי מען מעג עסן נאך קריאת שמע שעל המטה און ברכת המפיל; ענדערש זאלסטו עסן און טרינקען פאר דו ליינסט קריאת שמע, ווייל אזוי איז די הלכה (אורח חיים, סימן רלט, סעיף א) אז מען זאל נישט עסן און טרינקען נאך קריאת שמע, אבער אז דו ווערסט הונגעריג אדער דורשטיג נאכן ליינען קריאת שמע און זאגן המפיל מעגסטו עסן און טרינקען.
בנוגע מאכן די האר שבת; מען טאר נישט מאכן שבת די האר ווייל מען קומט צו רייסן האר. שבת איז שיין פאר א מיידל נישט געמאכטע האר, שיין איז וואס דער אייבערשטער זאגט און וואס די תורה זאגט.
עס איז זייער גוט צו פרעגן יעדע ספק וואס מען האט; חכמינו זכרונם לברכה דערציילן (נדה כז.) אז רב פפא האט געפרעגט עפעס פון די חברים אין ישיבה און זיי האבן געלאכט, האט רב פפא געזאגט: "אֲפִילוּ כִּי הָא מִילְּתָא לֵימָא אִינִישׁ וְלָא נִשְׁתּוֹק קַמֵּיהּ רַבֵּיהּ", אפילו אזא שאלה זאל מען פרעגן, אפילו אלע לאכן פון דיר, ווייל עס שטייט (משלי ל, לב): "אִם נָבַלְתָּ", אז מען איז זיך מבזה אויף תורה, מען פרעגט יעדע זאך אפילו מען ווערט פארשעמט, "בְהִתְנַשֵּׂא", וועט מען ביים סוף גרויס ווערן, "וְאִם זַמּוֹתָ", אבער אויב איז מען שטיל, מען שעמט זיך צו פרעגן, דעמאלט "יָד לְפֶה", וועט מען נישט וויסן ווי אזוי זיך צו פירן.
דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.