בעזרת ה' יתברך
יום ב' פרשת יתרו, חמשה עשר בשבט, שנת תשע"ט לפרט קטן
מרת ... תחי'.
איך האב ערהאלטן אייער בריוו.
איך פריי זיך זייער צו הערן אז איר זענט העכסט צופרידן פון די מלמדים פון אייערע זון און פון די טיטשערס פון אייערע טעכטער; איר אנערקענט די ארבעט וואס זיי לייגן אריין אין די קינדער.
מיר האבן זייער געטרייע מלמדים און טיטשערס וואס לייגן אריין זייער גאנצע הארץ אין די קינדער; דער אייבערשטער זאל העלפן מיר זאלן ווייטער האבן די ריכטיגע מלמדים און טיטשערס וואס וועלן אויפברענגען אונזערע קינדער בדרך התורה.
בנוגע הכשרים וכו'; זייער גוט טוט איר אז איר האט געמאכט א קבלה נאר צו עסן פלייש פון קהילת סאטמאר. מוהרא"ש שרייבט אזוי אין שאלות ותשובות ברסלב (מכתב שנא): "פה בארצות הברית ההכשר הכי טוב בבשר, זה מקהילת סאטמאר וכו'", דא אין אמעריקא איז סאטמאר'ע פלייש א גוטע הכשר; און ווען עס קומט צו אנדערע עסן זאלט איר אויך אכטונג געבן וואס איר נעמט אריין אין שטוב, ווייל וואס מען עסט ווערט נאכדעם איבערגעדרייט פאר בלוט פונעם מענטש, און אז איר ווילט וויסן וואס פאר א הכשר איז א גוטע הכשר און וואס נישט - זאלט איר פרעגן אייער דיין אדער מורה דרך.
בנוגע אייער שאלה, אז ווען מען קלאפט ביי אייך אין שטוב פאר צדקה שיקט איר אייערע קינדער געבן צדקה מיט א קארטל פון חיזוק יומי וואו עס שטייען די נומערן צו הערן 'קול ברסלב', און איר ווילט וויסן צי אין פאל די קינדער זענען נישט דארט און איר אליינס געבט צדקה, צי עס איז צניעות מיט צו געבן מיט'ן נדבה א קארטל וכו'; עס איז נישט דא קיין גרעסערע זאך ווי מקרב זיין אידישע קינדער צום אייבערשטן, מיר אלע דארפן עוסק זיין אין הפצה, אבער א פרוי זאל עוסק זיין אין הפצה נאר ביי פרויען, דעריבער איז נישט כדאי ווען איר געבט צדקה מיט צו געבן וכו' נאר ווען איר שיקט אייערע קינדער צום טיר אדער דורך אייער מאן נרו יאיר.
בנוגע אז איר צינדט שבת ליכט פריער פונעם זמן הדלקת הנרות און איינער האט אייך געזאגט אז דאס איז א שאלה; אשריך ואשרי חלקיך אז איר צינדט שוין אן די שבת ליכט פרי, אזוי האט זיך געפירט דער הייליגער בעל שם טוב זכותו יגן עלינו און אזוי האט מען זיך געפירט ביים רבי'ן, מען האט געצינדן די שבת ליכט צוויי שעה פאר נאכט, דאס קומט אויס בערך א האלבע שעה פאר אונזער זמן וואס איז צוואנציג מינוט פאר די שקיעה; איר זאלט ווייטער צינדן פרי די שבת ליכט אפילו עס זענען דא פוסקים וואס האלטן אז מען קען נישט צינדן אזוי פרי, אבער עס זענען דא פוסקים וואס זאגן שוין אז מען קען צינדן אפילו פארן פלג המנחה (עיין שאלות ותשובות ארץ צבי, סימן קיג); בפרט היינט אז עס איז דא לעקטער אין יעדע שטוב איז דאך ניכר אז די ליכט צינדט מען פאר שבת. דערפאר זאלט איר ווייטער אפווארטן דעם שבת גענוג פרי און ווייטער אנהאלטן אייער גוטע מנהג.
פארשטייט זיך אז איר זאלט אויסנוצן די הייליגע מינוטן ביי די שבת ליכט צו בעטן פאר אייערע קינדער און אייניקלעך אז זיי זאלן זוכה זיין צו זיין ערליכע אידן, ווייל די תפילות וואס מען בעט ווען מען צינדט אן די שבת ליכט איז זייער חשוב ביים אייבערשטן.
מוהרא"ש פלעגט שטענדיג דערציילן פאר די פרויען אז רבי נתן האט געבעטן זיין ווייב און זיינע טעכטער אז ווען זיי צינדן אן די שבת ליכט זאלן זיי בעטן דעם אייבערשטן: "רבונו של עולם אזוי ווי איך צינד אן די ליכט, אזוי זאל אנגעצינדן ווערן דעם הייליגן רבינ'ס ליכט אין אלע אידישע הערצער"; אזוי אויך זאלט איר בעטן ביי די ליכט: "רִבּוֹנוֹ שֶׁל עוֹלָם, טַאטֶע זִיסֶער! גֶעבּ מִיר אַ שֵׁיינֶע שַׁבָּת אוּן אַ שֵׁיינֶע לֶעבְּן. אַ לֶעבְּן מִיט שָׁלוֹם, אַ לֶעבְּן מִיט לִיבְּשַׁאפְט; הֶעלְף מִיר אִיךְ זָאל זִיךְ אוֹיסְקוּמֶען מִיט מַיין מַאן אוּן אִיךְ זָאל אִים שֶׁעצְן. רִבּוֹנוֹ שֶׁל עוֹלָם הֶער אוֹיס מַיין גֶעבֶּעט, הֶעלְף מִיר אִיךְ זָאל הָאבְּן עֶרְלִיכֶע קִינְדֶער וָואס וֶועלְן דִיר דִינֶען מִיט לִיבְּשַׁאפְט. רִבּוֹנוֹ שֶׁל עוֹלָם אַזוֹי וִוי אִיךְ צִינְד יֶעצְט אָן דִי שַׁבָּת לִיכְט, מַאךְ אוּנְז לִיכְטִיג אוּנְזֶער לֶעבְּן אוּן מַאךְ לִיכְטִיג פַאר אַלֶע אִידִישֶׁע קִינְדֶער; אַלֶע זָאלְן וִויסְן פוּן דִּיר אוּן אַלֶע זָאלְן וִויסְן פוּן הֵיילִיגְן רֶבִּי'ן. צִינְד אָן ...'ס הַארְץ עֶר זָאל דִיר דִינֶען מִיט לִיבְּשַׁאפְט אוּן צִינְד אָן דִּי הֶערְצֶער פוּן מַיינֶע קִינְדֶער".
דער אייבערשטער זאל אייך העלפן איר זאלט האבן נחת פון אייערע קינדער, איר זאלט זיי מגדל זיין אינאיינעם מיט אייער מאן געזונטערהייט.