בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#1 - וועגן מקוה, הדרכות, שלחן ערוך, קומען צו פארן
מקוה, צדיקים, הדרכות, הלכה

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת תולדות, כ"ח מר-חשון, שנת תשע"ט לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


מיטן אייבערשטנס הילף וועל איך דיר ענטפערן אויף דיינע פראגעס.


א - מקוה איז פון די ערשטע זאכן ביי ערליכע אידן ובפרט אין ברסלב. דו ווייסט אודאי וואס דער הייליגער רבי אהרן קארלינער זכותו יגן עלינו האט געזאגט (דברי אהרן, קרלין): "מקוה איז טאקע נישט קיין מצוה, אבער צו וואס מקוה קען צוברענגען קען נישט קיין שום אנדערע מצוה נישט צוברענגען". דער הייליגער בעל שם טוב זכותו יגן עלינו האט געזאגט אז ער איז צוגעקומען צו אלע זיינע מדריגות ווייל ער איז געווען זייער נזהר צו גיין אין מקוה יעדן טאג (עיין בספר ליקוטים יקרים, סימן קעח).


דעריבער זאלסטו גיין אין מקוה יעדן טאג, בפרט ווען דו דארפסט די מקוה; אז דו ביסט נכשל געווען מיט מקרה לילה זאלסטו לויפן אין מקוה און זאגן די תיקון הכללי. "דאס ערשטע איז מקוה" - האט דער רבי געזאגט (שיחות הר"ן, סימן קמא).


דו קענסט זיך נישט פארשטעלן וואס מקוה טוט פארן מענטש; ווען א מענטש טובל'ט זיך אין מקוה אנטלויפן פון אים אלע קליפות וואס זיי מאכן דעם מענטש מרה שחורה'דיג. דאס וואס עס מאכט זיך ביי א מענטש אז ער פאלט אריין פלוצלינג אין א דעפרעסיע, דאס קומט פון די קליפות וואס ווערן באשאפן פון די עבירות וואס ער טוט, זיי נעמען ארום דעם מענטש און דערביטערן אים דאס לעבן, אבער דורך מקוה ווערן זיי אויס, זיי פארלירן דעם שייכות מיטן מענטש.


ב - זיין מיט די ווייב וכו'; איך פארשטיי נישט דיין שאלה, וואס דארף מען ווארטן וכו'? אויף ווען דארף מען ווארטן? דו ווייסט דאך וואס רבי אברהם בן רבי נחמן זכר צדיק לברכה פלעגט זאגן ווען מען האט אים געפרעגט הנהגות פון דברים שבינה לבינו: "קִינְדֶערְלֶעךְ, הִיט אַייךְ פוּן כְּרִיתוּת", ווען מען מעג - מעג מען וכו' און ווען מען טאר נישט - טאר מען גארנישט וכו'.


אנטלויף פון פאלשע הדרכות וכו'; אלע וואס פאלן אראפ אין עבירות רחמנא לצלן איז דאס נאר ווייל מען האט זיי געלערנט די פאלשע לימודים פון פרישות וכו', דערפאר גייען זיי זוכן שמוץ.


ג - בנוגע לערנען שלחן ערוך מיט א חברותא וכו'; ביים רבי'ן איז געווען שלחן ערוך די וויכטיגסטע זאך. דער רבי זאגט (שיחות הר"ן, סימן כט): "כָּל אִישׁ יִשְׂרְאֵלִי מְחֻיָּב לִלְמֹד בְּכָל יוֹם וָיוֹם פּוֹסְקִים, וְלֹא יַעֲבֹר", יעדער איד איז מחויב צו לערנען יעדן טאג הלכות; ווי אזוי צו לערנען - מיט א חברותא, אן א חברותא -  דאס האט שוין מיט דיר, עס ווענדט זיך יעדער מענטש לויט זיין וועג.


ד – איך האב דיר שוין געשריבן אז עס פעלט נישט אויס צו קומען צו פארן צו מיר, עס איז נישט דא וואס צו זען דא; הלואי זאל איך זיין א פשוט'ער איד, נישט דא וואס צו זען דא. דו ווייסט דאך וואס דער רבי האט געזאגט פאר זיין תלמיד ר' יודל ווען ער איז געקומען צום רבי'ן די ערשטע מאל: "וואס האסטו מורא פון מיר, איך בין א מענטש פונקט ווי דיר, נאר איך בין אביסל קלוגער פון דיר" (קוק נאך אין ספר פעולת הצדיק אות קלו, די גאנצע מעשה); דאס זעלבע זאג איך דיר: איך ווייס נישט נאך וואס עס פעלט אויס צו קומען קיין אמעריקע, איך בין א מענטש אזוי ווי דיר נאר איך האב גענומען מוהרא"ש פאר מיין וועג ווייזער אין לעבן.


שטארק דיר און שטארק דיין ווייב; ביים רבי'ן איז שלום בית געווען א יסוד אין לעבן, אז מען האט שלום בית האט מען א ריינע מח.