בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#1 - ווען מען דאווענט, דאווענט מען
בחור, משמש דעם רבי'ן, הדרכות, דאווענען, בין הזמנים

בעזרת ה' יתברך - ערב שבת קודש פרשת ויקהל-פקודי, שבת החודש, מברכין ניסן, כ"ד אדר, שנת תשפ"ו לפרט קטן


 


... נרו יאיר, קרית ברסלב


איך הער אז דו העלפסט דיין טאטע רייניגן די מקוה אין שטעטל, איך בין דיר זייער דאנקבאר. ביי דיר איז דאס צוויי זכותים, איינס העלפן א טאטע - דאס איז זייער הייליג; צווייטנס - משמש זיין דעם רבי'ן, וואס מען טוט אין רבינ'ס שול, חדר, סקול, ישיבה וכו' - איז א זכות און א תיקון.


יעצט אין די טעג פון 'בין הזמנים' - זאלסטו זיך שטארקן צו דאווענען די דריי תפילות אין שול מיט מנין, זאלסט דאווענען מיט א סידור און זיך נישט ארומדרייען אהער און אהין.


אויך זאלסטו נישט לערנען ביים דאווענען, די הייליגע חכמים זאגן (שבת, י.): "זמן תורה לחוד וזמן תפילה לחוד", ווען מען דאווענט - דאווענט מען, ווען מען דאווענט - רעדט מען צום אייבערשטן, און אזוי ווי ווען מען וואלט ווען גערעדט מיט א צווייטן וואלט מען נישט אריינגעקוקט אין ספרים, און זיכער נישט ווען מען רעדט מיט א קעניג; מען וואלט געשטאנען מיט דרך ארץ פארן קעניג, איז דאך זיכער ווען מען דאווענט - דארף מען דאווענען מיט הכנעה, מיט יראה; גארנישט טון, נאר דאווענען, אריינקוקן אין סידור.


געוואוין זיך צו צו דאווענען אויף איין פלאץ, דריי זיך נישט ארום ביים דאווענען, טרעף זיך דיין ווינקל און דארט זאלסטו דאווענען מיט א זיסקייט, און וויסן זאלסטו, אין די צייט וואס מען דאווענט די דריי תפילות מיט מנין - דעמאלט איז די הימל אפן, און דער אייבערשטער איז מוחל פאר די גאנצע מנין אלע עבירות, עס איז דעמאלט אן עת רצון (ברכות ז:); זאלסטו זיך נישט ארומדרייען אהער און אהין, און זיכער נישט שמועסן און רעדן מיט חברים; ביים דאווענען זאלסטו נאר אריינקוקן אין סידור.


אויך זאלסטו זיך צוגעוואוינען ביים דאווענען שמונה עשרה, ביים סוף, פאר די צווייטע 'יהיו לרצון אמרי פי' - צו מאכן א סטאנציע און זיך דארט אויסגיסן דיין הארץ צום אייבערשטן אין דיין שפראך, אים בעטן אויף אלעס; אויף א גוטע שידוך, אויף ערליכע דורות, אויף פרנסה, און אויף זוכה זיין צו תשובה שלימה, בעט אין דיין שפראך, אויף דיין מאמע לשון, אין אידיש: "הייליגער באשעפער העלף מיך, איך וויל זיין אן ערליכער איד, איך וויל זיין אפגעהיטן פון שלעכטס, וואס קען איך טון, דער יצר הרע ווארפט מיך אראפ אין נישט גוטע זאכן"... אזוי זאלסטו טון ביי אלע דריי תפילות; יאג זיך נישט אויס צו טרעטן שמונה עשרה, בלייב שטיין מיטן סידור אויפן פנים און רעד צום אייבערשטן, רעד זיך אויס דיין הארץ; דאס וועט דיך ברענגען צו הויכע מדריגות, ווייל אלע צדיקים זענען צוגעקומען צו זייערע הויכע מדריגות דורך די עבודה פון תפילה והתבודדות, רעדן צום אייבערשטן כידבר איש אל רעהו.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.