בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#1 - ווען דו קומסט אהיים פון קעמפ, העלף דיין מאמע
כיבוד אב ואם, חיזוק פאר מיידלעך, שידוכים, קעמפ

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת כי תצא, ה' אלול, שנת תש"פ לפרט קטן


 


... תחי', תלמידה בית פיגא ברסלב.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


יעצט ווען מען גייט אהיים פון קעמפ זאלסטו אסאך העלפן דיין מאמע; א גאנץ זומער האט דיין מאמע נישט געהאט דיין הילף, זי האט זיך אליינס געדארפט פארען מיט די שטוב ארבעט, מיט די קינדער וכו' וכו'; דארפן אלע מיידלעך וויסן אז ווען מען קומט אהיים נאכן זיין פאר לאנגע וואכן אין קעמפ דארף מען העלפן די מאמע מיט שמחה.


די קעמפ האט גרויסע מעלות, אויך האט עס גרויסע חסרונות; די גרעסטע חסרון איז אז עס זענען דא מיידלעך וואס ווערן צוגעוואוינט צו גארנישט טון, מען פארגעסט וואס מיינט העלפן, מען פארגעסט וואס מיינט א מאמע, מען איז אריין געטון אין פארוויילונג און שפילן, מען ווערט אזוי פארשפילט אז מען פארגעסט וואס לעבן איז.


איך האף אז דו וועסט זיין פון די מיידלעך וואס וועלן אהיים קומען צום שטוב און נישט אויפהערן העלפן די מאמע מיט שמחה, איר העלפן אזוי סאך אויפ'ן גאנצן זומער וואס מען האט נישט געקענט העלפן.


זארג נישט פאר דיין שידוך, דו וועסט טרעפן א גוטער ערליכער וואוילער בחור; איך געב דיר די זעלבע ברכה וואס איך געב פאר אלע תלמידות וואס פירן זיך ווי מען לערנט אין בית פיגא, דו וועסט טרעפן א גוטע שידוך, א בחור א תלמיד חכם און א ירא שמים.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


א כתיבה וחתימה טובה און א גוט געבענטשט יאר.