בעזרת ה' יתברך
יום ה' פרשת חיי שרה, כ"ג מר-חשון, שנת תשע"ט לפרט קטן
מרת ... תחי'.
איך האב ערהאלטן אייער בריוו.
עס איז זייער שרעקעדיג צו ליינען וואס איר שרייבט, אז אייער קינד בעט פון אייך איר זאלט אים אנכאפן וכו' וואו זיין טאטע כאפט אים אן השם ישמרינו; מען דארף טראכטן מיט ישוב הדעת וואס מען טוט דא ווייטער.
איך וואלט אייך געראטן אז אויב אייער קינד זאגט אייך נאכאמאל איר זאלט אים אנכאפן וכו' אדער ווען איר באדט אים, זאלט איר אים שיין און איידל זאגן די ווערטער: "דא טאר מען נישט לייגן די הענט, עס איז א גרויסע עבירה", דעמאלט וועט ארויפשווימען דער אמת וואס דער טאטע טוט מיט אים; אויב ער הייבט אן רעדן און פארציילן דארף מען זייער אכטונג געבן נישט צו ווערן היסטעריש נאר אויסהערן יעדע איינציגע ווארט און דעטאל, אויב שטעלט זיך טאקע ארויס אז ער איז א קראנקער מענטש דארף מען דאס איינגעבן און פארלאנגען אז ער זאל נישט קענען זיין אליינס מיט די קינדער.
איר זאלט ווייטער מחנך זיין די קינדער זיי זאלן זיך עקלען פון א הונט; מוהרא"ש זאגט אז מען זעט ווי אידישע קינדער האבן בטבע מורא און עקלען זיך פון א הונט. ווען איר רעדט צו די קינדער זאלט איר אים נישט אוועק מאכן נאר זיי מחנך זיין אז א הונט ברענגט טומאה, און דער רבי זאגט (ספר המידות, אות המתקת דין, סימן צב): "מִי שֶׁמְּגַדֵּל כֶּלֶב מְעוֹרֵר דִּין", ווער עס ציט אויף א הונט אין שטוב ברענגט אויף זיך דינים; ערליכע אידן האבן נישט צו טון מיט קיין הונט, עס ברענגט טומאה אין שטוב, בפרט פאר דעם וואס כאפט עס אן.
נאכאמאל, ווען מען רעדט צו קליינע קינדער פון קדושה דארף מען דאס זאגן זייער רואיג און זיכער, נישט דערשראקן און קעקעצדיג כדי מען זאל נישט ערגער מאכן.
עס איז זייער שווער פאר א מאמע אליינס צו מגדל זיין די קינדער, בפרט ווען זייער טאטע זוכט צו שלעפן די קינדער אויף די נישט גוטע ריכטונג; דאך זאלט איר ווייטער אנגיין און נישט אפלאזן אייערע קינדער פון זיי געבן אן ערליכע אידישע חינוך, אז מען מיינט עס ערנסט העלפט דער אייבערשטער שלא כדרך הטבע.
דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט טרעפן בקרוב א גוטע שידוך און קענען מחנך זיין אייערע קינדער אלץ ערליכע אידן.