בעזרת ה' יתברך - יום א' פרשת עקב, י"ד מנחם-אב, שנת תשפ"ד לפרט קטן
לכבוד ... נרו יאיר
חכמינו זכרונם לברכה זאגן (ברכות לב:): "מיום שחרב בית המקדש ננעלו שערי תפלה", און אפילו ווען אלע טירן זענען פארשלאסן, אבער 'שערי דמעה' איז נישט פארמאכט; זאגט דער הייליגער צדיק רבי משה לייב מסאסוב זכותו יגן עלינו, די טירן פון טרערן זענען טאקע נישט פארמאכט, דאך איז דא טירן, אבער עס איז דא א פלאץ וואס איז העכער פון וויינען, א פלאץ וואס מען דארף נישט קיין טירן, שמחה; ווען מען איז פרייליך מיטן באשעפער איז מען ביי די העכסטע פלאץ, ווען מען איז פרייליך דארף מען נישט קיין טירן אריינצוגיין, מען איז גלייך ביים אייבערשטן, שמחה ברענגט צו די העכסטע דרגות.
לאז נישט נאך פון זיין פרייליך, קעמף פאר דיין לעבן, זיי פרייליך פאר גארנישט און פאר נישט, און אז דער סמ"ך מ"ם וויל דיך איינרעדן אז דו ביסט א גארנישט, ענטפער אים: 'טאקע, איך בין א גארנישט, דאך בין איך פרייליך, ווייל דער רבי האט מיר געזאגט איך זאל זיין פרייליך'.
מוהרא"ש איז מדייק אין רבינ'ס ווערטער (לקוטי מוהר"ן חלק ב', סימן כד): "מצוה גדולה להיות בשמחה", עס איז א גרויסע מצוה צו זיין פרייליך, דער רבי זאגט נישט 'מנהג טוב להיות בשמחה', 'נכון להיות בשמחה', אדער 'טוב להיות בשמחה', דער רבי זאגט 'מצוה גדולה להיות בשמחה', עס איז א גרויסע מצוה צו זיין פרייליך, און אז דער רבי זאגט מען זאל זיין פרייליך - איז דא אויף וואס צו זיין פרייליך.
גיי אין מקוה, זיי נישט מוותר א טאג אן מקוה; מקוה איז טאקע נישט קיין מצוה, אבער עס ברענגט צו די שענסטע פלעצער.
דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.