בעזרת ה' יתברך - יום ב' פרשת וישב, כ"א כסליו, שנת תשפ"ד לפרט קטן
לכבוד ... נרו יאיר
איך האב ערהאלטן דיין בריוו.
ווען א מאמע שרייט - בלייבט מען שטיל; אפילו מען האט וואס צו ענטפערן און מען האלט מען איז גערעכט - טאר מען נישט ענטפערן.
כיבוד אב ואם איז פון די הארבסטע מצוות וואס איז דא, עס איז אזוי גרויס אז די תורה גלייכט צו מכבד זיין עלטערן - צו מכבד זיין דעם אייבערשטן (מכילתא פרשת יתרו, פרשה ח); דער אייבערשטער זאגט: "מען דארף מורא האבן פון מיר און מיך מכבד זיין", אזוי אויך זאגט דער אייבערשטער, "דארף מען מורא האבן פון די עלטערן און זיי מכבד זיין".
נאך זאגן די הייליגע חכמים (תנא דבי אליהו רבא, פרק כו) "כָּל הָעוֹלָם כֻּלּוֹ שֶׁל הַקָדוֹשׁ בָּרוּךְ הוּא, וְאֵין הַקָּדוֹשׁ בָּרוּךְ הוּא מְבַקֵּשׁ מֵהָאָדָם רַק שֶׁיְכַבֵּד אָב וָאֵם", דער אייבערשטער זאגט: די גאנצע וועלט איז מיינ'ס - איך האב עס באשאפן, און איך בעט פון ענק נאר איין זאך, אז איר זאלט מכבד זיין ענקערע עלטערן".
ווען מען באקומט א בזיון און מען שווייגט אפ, מען ענפערט נישט - איז מען זוכה צו קומען צו די העכסטע מדריגה, צו 'כתר'; ענטפער נישט ווען דו באקומסט א בזיון, און אודאי און אודאי ווען דיינע עלטערן זאגן דיר אריין אדער שרייען דיך אן - זאלסטו פארמאכן די ליפן, פארמאכן די מויל; שטיין מיט דרך ארץ אויסהערן וואס זיי זאגן און נישט ענטפערן.
מיין ליבער ברודער, מיין הארציגער חבר, געוואוין זיך צו צו רעדן צום אייבערשטן, דערצייל דעם אייבערשטן אלעס וואס גייט אריבער אויף דיר, דערצייל אים דיין ווייטאג, דערצייל אים די גאנצע פרשה דיינע, אז דיינע עלטערן האבן זיך גע'גט און אלעס וואס גייט אריבער; גלייב מיר, דו וועסט זיך אזוי גוט שפירן, א ליכטיגקייט וועט דיך ארומנעמען, דו וועסט שפירן אביסל פון די טעם וואס מען שפירט אין גן עדן.
דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.