בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#1 - ווען מ'וואלט געהאט ישוב הדעת, וואלט מען זיך צוריקגעקערט צום אייבערשטן
תפילה והתבודדות, התחזקות, ישוב הדעת

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת דברים, ג' מנחם-אב, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר


איך האב זייער הנאה געהאט צו זיין מיט דיר דעם פארגאנגענעם וואך אין שטעטל, איך האב באטראכט דיין סדר היום; איך בין זייער איבערגענומען ווי דו דאווענסט און דו לערנסט, איך האב געזען ווי דו נוצט אויס די צייט מיט גוטע זאכן.


איך האף דו האסט הנאה געהאט צו זיין און שטעטל, דו וועסט מיט נעמען די חיזוק מיט דיר; ווייטער לערנען און דאווענען. זיך מתבודד זיין יעדן טאג, זיך מיישב זיין 'מָה הַתַּכְלִית מִכָּל הַתַּאֲווֹת וּמִכָּל עִנְיְנֵי הָעוֹלָם הַזֶּה?' ווי דער רבי זאגט (לקוטי מוהר"ן חלק ב', סימן י): "וְהָעִקָּר לְהִשְׁתַּדֵּל לְיַשֵּׁב עַצְמוֹ הֵיטֵב, מָה הַתַּכְלִית מִכָּל הַתַּאֲווֹת וּמִכָּל עִנְיְנֵי הָעוֹלָם הַזֶּה, הֵן תַּאֲווֹת הַנִּכְנָסוֹת לַגּוּף, הֵן תַּאֲווֹת שֶׁחוּץ לַגּוּף, כְּגוֹן כָּבוֹד, וְאָז בְּוַדַּאי יָשׁוּב אֶל ה'", ווען מען וואלט זיך מיישב געווען, מען וואלט אריינגעטראכט 'וואס האט מען פון די וועלט?' דעמאלט וואלט מען זיך צוריק געקערט צום אייבערשטן; ווייל ווען מען וואלט געהאט יישוב הדעת וואלט מען זיך צוריק געקערט צום אייבערשטן.


דאס באקומט מען דורך התבודדות. אז מען מאכט זיך א סדר יעדן טאג צו רעדן מיט'ן אייבערשטן, באקומט מען אביסל יישוב הדעת.