בעזרת ה' יתברך
יום ג' פרשת בשלח, י"ג שבט, שנת תשפ"א לפרט קטן
לכבוד משפחת ... שיחיו.
האברך ... נרו יאיר דערציילט מיר אז ער טראגט אן א שידוך פאר אייער טאכטער ... תחי'; איר ווילט דעם שידוך, אייער ווייב וויל אויך זייער דעם שידוך, אבער אייער טאכטער איז פארהאנקערט; זי וויל נישט, זי האט מורא פון ברסלב.
עס איז א שאד אז אייער טאכטער ווייסט נישט וואס ברסלב איז, זי האט מורא פון ברסלב; ווען זי וואלט געוויסט וואס ברסלב איז - וואלט דאס נישט געווען קיין עיכוב.
ברסלב איז א חסידות וואס מען לייגט א שטארקע דגוש אויף שלום בית; נישטא נאך א חסידות וואס מען זאל אזוי מוסר'ן די אינגעלייט מען זאל אכטונג געבן אין שטוב אויף די ווייב אזוי ווי אין חסידות ברסלב, נישטא נאך א צדיק וואס זאל האבן גערעדט פון שלום בית אזוי ווי דער הייליגער רבי. נייתי ספר ונחזה, לאמיר עפענען אלע ספרים פון תלמידי בעל שם טוב זכותם יגן עלינו, תלמידי המגיד זכותם יגן עלינו און פון רבינ'ס צייטן, נאר דער רבי רעדט פון שלום בית.
רבי נתן זאגט (שיחות הר"ן, סימן רסד): "הִזְהִיר לְכַבֵּד וּלְיַּקֵר אֶת אִשְׁתּוֹ", דער רבי האט אונז געווארנט מיר זאלן מכבד זיין די ווייב און איר האלטן טייער; מען האט נישט געקענט קומען צום רבי'ן אן שלום בית, דער רבי האט אמאל נישט געוואלט זיצן ביים טיש ווייל איינער פון די תלמידים האבן זיך געקריגט אין שטוב.
בפרט אין חדר היכל הקודש איז דאך פי כמה; מוהרא"ש האט אזויפיל געשריבן איבער דעם ענין פון שלום בית, מען געפונט זיך נישט דאס פלאץ אין היכל הקודש אויב מען איז נישט מכבד די ווייב, נישטא קיין אוועקפארן פון שטוב, נישטא קיין ארויסגיין פון שטוב אן די ווייב.
אפשר זאלט איר ווייזן דעם בריוו פאר אייער טאכטער, זי זאל וויסן דאס חשיבות פון ברסלב'ע חסידים, זי זאל וויסן די מעלות פון א תלמיד היכל הקודש.