בעזרת ה' יתברך
יום ב' פרשת ויצא, ז' כסליו, שנת תשפ"א לפרט קטן
לכבוד ... נרו יאיר.
יעצט הער איך אז מען זיצט אינאיינעם עסקנים, מען איז דן אויב מען דארף ארויסקומען קעגן מיר און קעגן די בריוו; אויב זיי וועלן מיר רופן, זיי וועלן מקיים זיין וואס שטייט אין די תורה (דברים א, טז): "שָׁמֹעַ בֵּין אֲחֵיכֶם" - וועל איך מיט ברענגען בריוו פון זייערע קינדער, זין און טעכטער, וואו זיי בעטן עצות; ביי איינעם האט זיך די טאכטער פארטשעפעט מיט א גוי רחמנא לצלן, זי שעמט זיך צו רעדן צו די עלטערן, נאר דורך די בריוו איז זי געראטעוועט געווארן און אויפגעשטעלט א ערליכע שטוב. ביי א צווייטן שרייבט די טאכטער, זי האט א פלאן אז זי גייט נאך אביסל אפלאזן דעם אידישן וועג השם ישמרינו און דורך די בריוו איז נאך דא א שטיקל האפענונג.
גיי דערצייל וואס טוט זיך אפ שטילערהייט ביי בני הנעורים; קיינער וויל נישט גלייבן, קיינער וויל נישט הערן, מען מאכט זיך תמ'עוואטע: "ביי אונז איז נישטא די זאכן", "ביי אונז איז אלעס מסודר"; מען שרייט אויף די מפיצים: "די קונטרסים און בריוו איז גוט פאר די שוואכע סארט, נישט פאר אונזער קרייז"; גיי דערצייל אז אלע בריוו, אלע שאלות קומען פון די חשוב'סטע שטובער. קינדער וואס גייען אריבער שווערע ביטערע נסיונות, זיי האבן נישט ווער עס זאל זיי מחזק זיין און אין די בריוו טרעפן זיי חיזוק צו קענען בלייבן שטארק ביי די אמונה.
מיר וועלן ווייטער שרייבן, דרוקן און פארפלייצן פאר די גאנצע וועלט; מיר וועלן זיך נישט אפשטעלן פאר קיינעם נישט. מיר האבן געהאט הדרכה פון מוהרא"ש, מיר האבן אביסל צוגעזען וואס מוהרא"ש האט געטון זיין גאנץ לעבן מיט אלע רדיפות פון מחרחרי ריב וואס עושים מעשים זמרי און שטעלן זיך אהער ווי פנחס; וועלן מיר גיין אין די וועגן מיט מסירות נפש, אזוי וועלן מיר ברענגען די גאולה.