בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#1 - ווען מ'שפירט מען ווערט דערווארגן וועגן פרנסה
שלום בית, התחזקות, פרנסה

בעזרת ה' יתברך - יום ד' פרשת לך לך, ה' מר-חשון, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


יעצט ווען דו גייסט אריבער די שווערע נסיון פון פרנסה, שפירסט אזוי צעדרוקט, דו שפירסט דו ווערסט דערווארגן וכו' וכו', בעט איך דיר, האב אמונה ובטחון, גלייב אינעם אייבערשטן און פארלאז זיך אויף אים.


דערמאן זיך צוריק ווי אמאל האט דיר געקוועטשט אנדערע זאכן און דעמאלט האסטו אויך געמיינט אז עס איז עק וועלט, און ווען יענע שוועריקייטן זענען אריבער איז געקומען א פרישע וואל און געוואלט פארשוועמען און ברוך ה' ביסט אלעס אריבער, אזוי וועסטו דאס אויך אריבערגיין און דערציילן אין פריידן.


זיי ממשיך מיט דיינע גוטע זאכן, שטיי אויף פארטאגס, גיי א שפאציר, דאנק דעם אייבערשטן, און אזוי אויך ביינאכט גיי נישט אין ערגעץ, זיץ אין שטוב, מאך פרייליך דיין ווייב מיט דיין משפחה.