בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#1 - ווער האט דען יא געלט?
התחזקות, חלישות הדעת, דאווענען, געלט

בעזרת ה' יתברך - יום א' פרשת יתרו, י"א שבט, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


שפרינג אריבער דיינע חלישות הדעת, כאפ אריין נאך א שחרית בזה העולם, נאך איין מאל טו אן טלית ותפילין, דו ווייסט וואס מיינט נאך איין מאל אנטון טלית ותפילין? מוהרא"ש דערציילט, א איד אין די אכציגער יארן איז אמאל געקומען צום צדיק הרב הקדוש רבי אברהם קאליסקער זכותו יגן עלינו און געוויינט: "רבי, עס איז מיר נמאס דאס לעבן איך וויל שטארבן!" האט אים דער הייליגער רבי אברהם קאליסקער געזאגט: "ביסט א גרויסער טיפש פארן זאגן אזוי, ווייל עס לוינט זיך צו לעבן אכציג יאר אבי צו לייגן תפילין איינמאל אין לעבן, און דו ווילסט שטארבן?!"


דו וויינסט אז דו האסט נישט קיין געלט, וועם דו טרעפסט, וועם דו זעסט - זינגסטו די ניגון אז דו האסט נישט קיין געלט, כאילו דו ביסט דער ערשטער וואס האט נישט קיין געלט, ווער האט דען יא געלט? דער עושר האט געלט?! דער עושר איז סאך מער ארעם, "יש לו מנה רוצה מאתיים", ווי מער געלט מען האט - וויל מען דאפלט, קומט אויס, די וואס האבן געלט - זענען אסאך מער ארעם, וואס וועסטו האבן פון רעדן צו יעדן איינעם פון געלט? גיי צום אייבערשטן, נאר אים זאלסטו בעטן ער זאל רחמנות האבן אויף דיר.


די וואך איז קבלת התורה, זאלסטו זיך צוריק נעמען צו דיינע שיעורים כסדרן, נעם א חומש און הויב אן מעביר סדרה זיין פון היינט, פון אנהייב וואך, טייל איין די פרשה לויט די טעג פון די וואך. אויך זאלסטו פון פריש מקבל זיין די תורה, לערן משניות, זאג כמה פרקים משניות יעדן טאג; דער וואס לערנט משניות הויבט אן שפירן צופרידן מיט זיך, די לעבן באקומט א געשמאק.


אויך זאלסטו לערנען גמרא, לכל הפחות דעם בלאט גמרא, וועסטו אלעס פאררעכטן.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.