בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#1 - ווער עס העלפט בויען קהילות בישראל, איז דא אויף זיי טענות
הכרת הטוב, זיכוי הרבים, בזיונות, תכלית

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת חקת, ה' תמוז, שנת תשפ"א לפרט קטן


מרת ... תחי', קרית ברסלב


איך בין נאך שולדיג א גרויסן דאנק פאר'ן אוועק געבן אזויפיל צייט און כח אהער צו שטעלן פאר אנשי שלומינו אזא שיינע יום טוב שבועות. איר האט באוויזן צוצושטעלן פאר די גאנצע קהילה אכילה, שתי' און לינה, אלע משפחות האבן זייער הנאה געהאט; די זכות זאל אייך ביישטיין, פאר אייך און פאר אייערע דורות.


נעמט אייך נישט צום הארצן פון די וואס העצן קעגן אייער מאן נרו יאיר, אזוי איז אלץ געווען און אזוי וועט אלץ זיין; ווער עס טוט, ווער עס העלפט בויען קהילות בישראל - איז דא אויף זיי טענות, אויף זיי רעדט מען. דעריבער בעט איך אייך זייער איר זאלט זיך נישט נעמען צום הארצן, גלייבט מיר, עס טוט מיר נאך אסאך מער וויי ווען איך הער ווי מען פארשעמט אייך, ווי מען שטעכט אייך.


דאס וואס איר טוט מיט אייער מאן, איר העלפט מיר אויפבויען די שטעטל, דאס וועט איר מיטנעמען; נאר דאס, עפעס אנדערש בלייבט נישט מיט'ן מענטש, נאר וואס מען איז זוכה צו טון פאר'ן אייבערשטן - דאס נעמט מען מיט.


די בזיונות נעמט אוועק אסאך צרות.