בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#1 - ווערט נישט דערשראקן, איר וועט האבן א רפואה שלימה
תודה והודאה, התחזקות, רפואה

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת אחרי א', ט' ניסן, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


מרת ... תחי'


פארלירט זיך נישט, איר וועט זיין געזונט און שטארק; ווערט נישט דערשראקן, איר וועט האבן א רפואה שלימה.


נעמט זיך פאר מער צו דאנקען דעם אייבערשטן; ווי מער מען דאנקט דעם אייבערשטן עפענען זיך אויף מער און מער פענסטערס אין הימל פאר ישועות.