בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#1 - מען ווערט נישט מער ברסלב אז מען שיקט די קינדער אין ברסלב
שמחה, מוסדות, חסידות ברסלב

בעזרת ה' יתברך - יום ג' פרשת ויצא, ח' כסליו, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר


שפיר זיך נישט שלעכט אדער נישט נאנט צו ברסלב – אז דו שיקסט דיין קינד אין אן אנדערע מוסד; מען ווערט נישט מער ברסלב אז מען שיקט די קינדער אין ברסלב.


מען ווערט מער ברסלב ווי מער מען שמועסט מיטן אייבערשטן, און ווי מער מען פרובירט צו זיין פרייליך און דורכן לערנען דעם רבינ'ס ספרים.


בנוגע וכו'; ענדערש זאלסטו ווארטן מיט די דירה און דאס נישט פארדינגען אדער פארקויפן, האלט עס פאר דיר.


טאנץ יעדן טאג, טאנץ אין דיין אפיס, קיינער דארף נישט זען, אבער טאנץ: "אשרינו שזכינו להתקרב לרבינו".