בעזרת ה' יתברך - יום ד' פרשת פנחס, ט"ז תמוז, שנת תשפ"ו לפרט קטן
... נרו יאיר
זע אין שטוב זאל זיין שלום, זיי א ותרן אין שטוב, און געב שטענדיג גוטע ווערטער, און אז דיין ווייב בעט געלט פאר שטוב זאכן, און פאר אירע זאכן – זאלסטו איר געבן, זיי נישט קארג, טו אלעס פאר שלום; ווייל דער סמ"ך מ"ם זוכט וואו ער קען מאכן א קריג צווישן מאן און ווייב, אזוי טוט ער זיי ביידע אראפווארפן אין עבירות רחמנא לצלן.
על כן נעם אן די עצה פון די הייליגע צדיקים וואס זאגן אז מען זאל זיך קיינמאל נישט טענה'ן מיט די ווייב, און זיכער נישט שטעכן מיט ווערטער. די הייליגע חכמים זאגן (בבא מציעא נט.), מען דארף זייער אכטונג געבן נישט צו טשעפען די ווייב, "שֶׁמִּתּוֹךְ שֶׁדִּמְעָתָהּ מְצוּיָה אוֹנָאָתָהּ קְרוֹבָה", די נאטור ביי פרויען איז א ווייכע נאטור, זיי וויינען און ווערן שנעלער געטשעפעט, און אז עס איז דיר שווער, דו שפירסט ווי דו קענסט נישט וכו', זאלסטו אנטלויפן צו די תורה, אז דו וועסט לערנען תורה און זיך אויסוויינען צום אייבערשטן – וועט זיך אלעס איבערדרייען לטובה, ווייל אלעס איז תלוי נאר אינעם מאן, אזוי ווי די הייליגע חכמים זאגן (בראשית רבה ח, יח): "זכה", אז מען לערנט תורה, מען פירט זיך מיט מעשים טובים – "עוזרתו", ווערט די ווייב בטל צום מאן, "לא זכה, כנגדו", און נאך מער זאגט דער הייליגער זוהר (תיקון יד, דף ל:): "עֵזֶר לוֹ בְּעָלְמָא דֵין", סיי אויף די וועלט, "וּבְעָלְמָא דְּאָתֵי", און אויף יענע וועלט; ווייל אלעס איז נאר תלוי אינעם מאן.