בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#1 - זאג פרקים משניות, אן פארשטיין, אן קיין טעם, אן קיין געפילן
התחזקות, עבודת השם, משניות

בעזרת ה' יתברך - יום א' פרשת נח, כ"ה תשרי, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר, מאנסי


איך האב ערהאלטן דיינע מעסעדזשעס.


ברודער הייב זיך אויף, און אז דו ביסט נאכאמאל אראפגעפאלן - הייב זיך נאכאמאל אויף, און אז דו ביסט אראפגעפאלן א טאג נאך יום כיפור - הייב זיך נאכאמאל אויף, אונזער הייליגער רבי נתן האט אונז געלערנט: "אז מען דאווענט נישט יום הקדוש - דאווענט מען אין גאט'ס נאמען"; מען קען אנהויבן נאכאמאל ממחרת יום הכיפורים, מען קען שטענדיג אנהויבן פון פריש דינען דעם אייבערשטן.


טייערער ..., דאס איז דאס גרויסקייט מיט וואס מיר קענען דינען דעם אייבערשטן מער ווי די מלאכים דינען דעם אייבערשטן; א מלאך פאלט נישט, א מלאך איז א שטיק פייער, זיין אנהייב איז פייער און זיין ענד איז פייער, און אז דער אייבערשטער וויל די סארט עבודות - וואלט ער נישט באשאפן די וועלט; דער אייבערשטער האט באשאפן די וועלט, מענטשן מיט א יצר הרע, מיט נסיונות, מיט תאוות, מיט דמיונות און חלומות, מען פאלט און מען פאלט, און אז מען איז מקורב צום צדיק אמת וואס לערנט אונז זיך נישט מייאש זיין - הייבט מען זיך אויף, מען טוט תשובה און מען הויבט אן נאכאמאל דינען דעם אייבערשטן.


מאך זיך א שיעור אין זאגן משניות, הלואי וואלסטו זיך געקענט מסדר זיין צו זאגן יעדן טאג אכצן פרקים משניות, עס דארף נישט זיין אין איין צי, קענסט זאגן א פרק דא, א פרק דארט, א ביסעלע א ביסעלע ביז עס פילט זיך אן א שיסעלע; וועסטו באקומען מוחין, שטארקע נערווען, וועסט ווערן ניי געבוירן; משנה איז די אותיות נשמה, עס טוישט א מענטש מן הקצה אל הקצה.


רוף מיך נישט זאגן נאך איין טאג לערנען משניות אז דו ביסט נאכאלץ צעבראכן, עס נעמט צייט, עס גייט נישט אין איין מינוט, אבער אז מען האט סבלנות מיט עקשנות, מען זאגט יעדן טאג פרקים משניות אפילו אן פארשטיין, אפילו אן קיין טעם, אן קיין געפילן - איז מען זוכה צו נייע מוחין זכים ובהירים.


שרייב מיר נאך בריוו, און איך וועל דיר מיטן אייבערשטנ'ס הילף ווייטער שטארקן.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.