בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#1 - זאל מען פארשפארן די מקוה נאכמיטאג?
מקוה, בית המדרש, הדרכות

בעזרת ה' יתברך - יום ג' פרשת משפטים, כ"ג שבט, שנת תשפ"ו לפרט קטן


 


... נרו יאיר, קרית ברסלב


איך האב ערהאלטן די הודעה.


אויב איז דאס א מעסעדזש אז אזוי האבן ענק מחליט געווען, אז ענק גייען פון היינט אן פארשפארן די מקוה פון איינס אזייגער – זאג איך גארנישט, אבער אויב מען פרעגט מיך וואלט איך געזאגט אז עס איז נישט ריכטיג, ווייל עס איז דא נאר איין מקוה אין שטעטל, איז וואס זאלן טון די וואס דארפן נאך איינס אזייגער א מקוה? און אז עס זענען דא בחורים און אינגעלייט וואס פירן זיך נישט אויף איידל, דארף מען זיי זאגן. אינטערעסאנט, איך האב גארנישט געהערט פונעם שמש אדער פון די גבאים אז די בחורים זיצן אין מקוה וכו', פארוואס ווענדט מען זיך נישט צו די מגידי שיעורים, מנהלים אדער גאר צו זייער ראש ישיבה?


נאכאמאל, אויב מען פרעגט מיר, וואלט איך נישט געראטן צו פארמאכן די מקוה, עס איז די איינציגסטע מקוה אין די גאנצע געגנט, און מיר ברסלב'ע חסידים וואס דער רבי האט אונז געזאגט צו זיין נזהר צו גיין אין מקוה – דארפן מיר האבן א מקוה, און אז עס זענען דא וואס פירן זיך נישט איידל – קען דער שמש זיי זאגן מיט שיינעם זיך צו פירן איידל, און אז מען רעדט שיין – פועל'ט מען.


דאך וויל איך קלאר שטעלן פאר אלעמען, אז אויב וועט נאכאלץ זיין ענקער החלטה פאר קדושת המקום יא צו פארמאכן די מקוה איינס אזייגער – וועל איך דאס אננעמען און פאלגן, ווייל א בית המדרש דארף געפירט ווערן דורך די גבאים און וואס די גבאים זענען מחליט – אזוי דארף זיין.