בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#1 - זוך א צדיק, דערצייל אים אויס דיין הארץ, און בעט אן עצה
תשובה, וידוי, פסח שני

בעזרת ה' יתברך - יום ג' פרשת אחרי קדושים, ד' אייר, שנת תשפ"ו לפרט קטן


 


... נרו יאיר


א שאד אז דו עסט זיך אויף דיינע קישקעס מיט דיין עבר, א שאד אז דו גייסט נישט צום צדיק זיך מתוודה זיין און בעטן אן עצה.


דו ווייסט די מעשה וואס דער רבי האט דערציילט (חיי מוהר"ן, סימן נד), עס איז געווען א איד וואס פלעגט גיין צום הייליגן בעל שם טוב זכותו יגן עלינו, דער איד איז לא עלינו קראנק געווארן און ער האט געשיקט א שליח צום הייליגן בעל שם טוב בעטן ער זאל קומען צו אים, וכן הוה, דער בעל שם טוב איז געפארן אים מבקר חולה זיין, אויפן וועג האט דער שליח געפרעגט דעם בעל שם טוב: "איך האב דאך געהערט פון אייך אז אויב מען טוט אמת'דיג תשובה וועט מען זיכער נישט שטארבן פאר די צייט, אויב אזוי ווי קען זיין אז דער חולה צו וועם מיר פארן יעצט וועלכער האט דאך תשובה געטון און ער איז אן ערליכער איד, ווי קען זיין ער זאל שטארבן פאר די צייט?" האט דער הייליגער בעל שם טוב געענטפערט: "עס איז טאקע וואר דאס וואס איך האב געזאגט, אז אויב מען טוט אמת'דיג תשובה וועט מען נישט שטארבן פאר די צייט און עס איז אויך וואר אז דער איד האט אמת'דיג תשובה געטון אויף זיינע עבירות, אבער ער האט זיך נישט מתודה געווען פארן אמת'ער צדיק, דעריבער קען ער נישט ווערן אויסגעהיילט, און דערפאר פאר איך צו אים כדי ער זאל זיך קענען מתודה זיין פאר מיר, אויב ער וועט זיך מתודה זיין פאר מיר וועט ער גלייך אויסגעהיילט ווערן, און אויב ער וועט זיך נישט וועלן מתודה זיין - וועט ער ווערן נאך מער קראנק און ער וועט אנהויבן שרייען 'געוואלד, וויי וויי' - פון גרויס ווייטאג, ביז ער וועט שטארבן, אויבן אין הימל רעכנט מען אים נישט די עבירות ווייל ער האט שוין תשובה געטון, און אויך נאכן שטארבן וועלן די קליפות און די חיצונים נישט האבן קיין שום כח אויף אים ווייל ער האט שוין תשובה געטון, אבער ווי לאנג ער לעבט נאך וועלן די חיצונים זיך נוקם זיין אין אים", און אזוי איז געווען, דער בעל שם טוב איז געקומען און אים געזאגט בזה הלשון: "זאג מיר דיינע עבירות וואס דו ווייסט, דער אייבערשטער ווייסט און אויך איך ווייס", דער בעל שם טוב האט דאס איבערגעזאגט דריי מאל, אבער דער איד האט נישט געוואלט, ער האט זיך געשעמט, און ער האט אנגעהויבן שרייען: "אוי וויי, אוי וויי" - אויף זיינע ווייטאג ווייל זיינע גלידער האבן אנגעהויבן זיך צעברעכן ביז ער איז געשטארבן.


נאכן דערציילן די מעשה האט דער רבי מגלה געווען די תורה (לקוטי מוהר"ן חלק א, סימן ד), וואו דער רבי לערנט אונז אז דורך ודוי דברים פארן צדיק גייען ארויס אלע שלעכטס פון די ביינער.


אזוי אויך זאג איך דיר, זוך א צדיק און דערצייל אים וואס דער אייבערשטער ווייסט, וואס דו ווייסט און וואס ער ווייסט; א שאד דו זאלסט שלעפן דעם שווערן פעקל פון דיין עבר און איינגיין אין דיר מיט דיינע פחדים וכו', אז באלד וועט מען זיך דערוויסן וואס דו האסט געטון און דו וועסט ווערן אויס שיינער איד. א שיינער איד ביסטו סיי ווי ווייל דו האסט שוין תשובה געטון, דאך דארף מען דאס ארויסגעבן פארן צדיק אז עס זאל ארויסגיין פון די ביינער, דער צדיק קען דיר העלפן, דיר ווייזן א וועג ווי אזוי צו לעבן א גוטע לעבן.


געב א קוק, די אידן וואס זענען געווען טמא און נישט זוכה געווען צו קענען מיט האלטן מיט אלע אידן צו ברענגען דעם קרבן פסח, זיי זענען געווען אפגעזונדערט, איינגעשפארט. שטעל זיך פאר די שמחה וואס איז געווען ביי גאנץ כלל ישראל, אלע אידן קומען צום משכן, אלע זינגען דעם הלל, אלע ווערן צוגעלעבט צום אייבערשטן מיט די גרעסטע דביקות, און פון די אנדערע זייט זיצן אפאר אידן וואס קענען נישט מיט האלטן, און ווי אזוי האבן זיי זוכה געווען צו קענען באקומען א פסח שני? נאר ווייל זיי זענען געגאנגען צום צדיק, זיי זענען געגאנגען צו משה רבינו און גערעדט אפן, זיי האבן געמאכט וידוי דברים (במדבר ט, ו): "אנחנו טמאים", מיר זענען טמא; עס איז נישט געווען גרינג צו דערציילן פאר משה רבנו וואס גייט אריבער אויף זיי, מיט דעם אלעם האבן זיי געלייגט אלעס אין דער זייט און גערעדט אפענע דיבורים, זיי האבן געבעטן משה רבינו דער צדיק הדור זאל זיי העלפן, און זיי האבן זוכה געווען צו פסח שני.


אזוי אויך בכל דור ודור געפינט זיך משה רבינו, "אתפשטותא דמשה בכל דרא ודרא" (תיקוני זוהר תיקון סט, דף קיד.), און נאך זאגן די הייליגע חכמים (בראשית רבה נו, ז): "אין דור שאין בו כמשה", און ווי אלע צדיקים, עיין שם; עס זענען דא רבנים, דיינים, ערליכע אידן - וואס זענען משפיע פארן דור אמונה און קדושה, און אז מען ווייסט ביי זיך אז מען איז 'טמא לנפש', מען האט געטון עבירות, מען האט זיך מטמא געווען השם ישמרינו, ווער רעדט נאך אז מען האט אנדערע מטמא געווען רחמנא לצלן, אדער וכו' וכו' - דארף מען גיין צו זיי, נעמען חיזוק, עצות והדרכה, ווי אזוי ווייטער צו גיין אין לעבן, ווי אזוי זיך ווייטער אן עצה געבן, אליינס קען מען נישט, אליינס קען מען זיך דערטרינקען, אזוי ווי דער הייליגער רבי אלימלך מליזענסק זאגט אויפן פסוק (תהלים צה, י): "וְהֵם, לֹא יָדְעוּ דְרָכָי", 'והם' פון זיצן אין דער'היים' – 'לא ידעו דרכי', קען מען נישט וויסן ווי אזוי צו גיין און ווי אזוי זיך צו פירן, מען מוז גיין צו די צדיקים, זיי זוכן און זיי בעטן זיי זאלן אונז ווייזן די וועג ווי אזוי אלעס צו פאררעכטן.


זיי נישט פארשעמט אז איך שרייב דיר, איך האלט זיך שוין איין א לאנגע צייט, איך זע ווי דו גייסט איין, איך טראכט 'א שאד פאר דיר אז דו זאלסט זיך אזוי מוטשען מיט די ברעכעניש וכו''.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.