בעזרת ה' יתברך - יום ב' לסדר טהרה, כ"ו ניסן, שנת תשפ"ו לפרט קטן
מרת ... תחי'
איך האב ערהאטלן אייער בריוו.
האט נישט מורא צו געבן שאט"ס פאר אייער קינד, דער רבי האט געזאגט מען מוז געבן שאט"ס (עיין בספר אבניה ברזל, סימן לד), דער רבי האט געזאגט (שם), ווער עס געבט נישט שאט"ס פאר די קידער - איז א רוצח; לאזט אפ די חכמות המדומות, לאזט אפ די נארישע שיטות וואס האקן פעך און שוועבל אויף וואקסינען, עס איז אלעס שטותים והבלים; הערט זיך צו נאר צום קול פון צדיק, דאס איז דער הייליגער רבי.
בנוגע די קשר מיט אייער טאטע; איר דארפט פאררעכטן, זעט צו רופן יעדע וואך אייער טאטע אים זאגן גוט שבת, און זיכער אז איר זעט אייער טאטע פנים בפנים אז נישט ריכטיג אוועק צו שפאצירן אן רעדן, דאס איז נישט קיין דרך ארץ, מען דארף גריסן א טאטע.
בנוגע וכו'; נעמט נישט אריין אין שטוב קיין שום כלי וואס מען קען זען אויף דעם ווידיאו, האלטס אייער שטוב ריין, זוכט נישט קיין היתרים, דאס קען קאסטן א טייערע פרייז, אסאך שטיבער זענען חרוב געגאנגען צוליב ארייננעמען די כלים.
בנוגע וכו'; די צווייטע תורה פון די צווייטע חלק ליקוטי מוהר"ן, דאס איז מסוגל להולדה. מוהרא"ש זאגט, ביי אים, ווען ער איז אריין אין שפיטאל מיט די רעבעצין האט ער אנגעהויבן זאגן די תורה, און די תפילה (לקוטי תפילות חלק ב, סימן ב), און ביים ענדע פון די תפילה איז דער דאקטער שוין געקומען זאגן מזל טוב! מזל טוב!
דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.