בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#10 - דער רבי האט געזאגט מען זאל געבן פאר די קינדער וואקסינען
רפואה, וואקסינען

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת נח, א' דראש חודש חשון, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


דיין ווייב האט מיר געשריבן איך זאל איר אויסקלארן וועגן געבן פאר די קינדער שאטס, ווייל די עלטערן שטייען טאג און נאכט און האקן אין קאפ קעגן שאטס, אז אלע צרות קומען פון שאטס.


איך בין נעכטן געווען אין שטעטל א גאנצן טאג און גלייך ווען איך בין אהיים געקומען בין איך געגאנגען מיט מיינע קינדער געבן שאטס, מיין ווייב תחי' בעט מיר איך זאל מיטגיין מיט איר געבן נידלעך פאר די קינדער; בשעת'ן געבן די שאטס בין איך געווען זייער פרייליך צו טון וואס איז ריכטיג פאר די קינדער.


דער רבי האט געזאגט מען זאל געבן פאר די קינדער וואקסינען. דער רבי האט געזאגט, אפילו ווינטער ווען עס איז שטארק קאלט זאל מען פארן מיט די קינדער צום דאקטער געבן וואקסינען. אנדערע ווילן זאגן אז דער רבי רעדט נישט פון היינטיגע וואקסינען, היינט איז דאס יא שעדליך. קומט מוהרא"ש און זאגט אין שו"ת ברסלב (חלק ז, מכתב תתטז, ועוד) מען זאל געבן וואקסינען פאר די קינדער, אזוי טו איך און אזוי טוען אלע תלמידי היכל הקודש.


לאז זיך נישט פארנארן מיט די נארישע דמיונות אז אלע פראבלעמען קומען פון וואקסינען. איינמאל מען הערט זיך צו צו די שטותים - ווערט מען אינגאנצן פארפירט, מען קומט צו סכנות'דיגע זאכן.


שטארק זיך אין הפצה. גיי פארשפרייט די ספרים און קונטרסים וואס מוהרא"ש האט אונז געשריבן די אלע יארן; עס איז אזעלכע אוצרות, ווער עס קוקט אריין אין די ספרים - ווערט אן ערליכער איד.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#9 - וואקסינירן די קינדער מיט אמונה, מיט קדושה און מיט יראת שמים
חינוך הילדים, מוסדות, וואקסינען

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת אחרי א', י"א ניסן, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


מרת ... תחי', מנהלת בית פיגא ברסלב


אינעם זכות וואס איר טוט מיט אונזערע קינדער זאלט איר זוכה זיין צום פסח.


דער אייבערשטער זאל אייך געבן כח און הצלחה, און נחת ביי די קינדער און תלמידות, מיר זאלן קענען ווייטער ממשיך זיין צו וואקסענירן די קינדער מיט אמונה, מיט קדושה און מיט יראת שמים.


א פרייליכן כשר'ן פסח

#8 - שטארק זיך ווייטער מיט דיין פרישקייט
וואקסינען, התחדשות, קאראנע וויירוס

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת נח, כ"ז תשרי, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


איך האב זייער הנאה צו הערן ווי דו ביסט זיך מחי' מיט'ן הייליגן רבינ'ס עצות און חיזוק, האסט געהאט די יאר גאר אנדערע ימים טובים; דיינע קינדער זאגן דיר: "טאטי, זייט דו ביסט צוריק געקומען פון אומאן הערסטו נישט אויף זאגן א גאנצן צייט 'יישר כח אייבערשטער'", די גאנצע שטוב האט אויפגעלעבט; דער אייבערשטער זאל דיר געבן כח צו קענען ווייטער זיין שטארק מיט די וועג.


בנוגע נעמען די וואקסין קעגן קורונה; עס איז נישט קיין שום פראבלעם נישט צו נעמען און עס איז נישט קיין שום פראבלעם יא צו נעמען, דארפסט נישט מורא האבן פון דעם.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#7 - א שאד מען שרעקט זיך פון דמיונות
פחדים, תפילות אויף אידיש, שלום בית, אומאן, וואקסינען, לשון הרע, דמיונות

בעזרת ה' יתברך


ערב שבת קודש פרשת שופטים, ה' אלול, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


מרת ... תחי'


אייער מאן בעט מיר איך זאל אייך בארואיגן, איר זענט אריין אין א שוידערליכע פחד אז ער האט גענומען די קאראנע וואקסין, איר זענט ממש נישט ביי זיך; אייער מאן וויינט צו מיר "ראטעווע מיר, מיין ווייב איז אין א סכנה".


מרת ... תחי', א שאד צו לעבן אין נארישע דמיונות, א שאד איר הערט אויס די נארישע מענטשן וואס פארדרייען דעם קאפ יעדן טאג מיט א צווייטע שרעק; היינט דערשרעקט מען מיט די קאראנע וואקסין, נעכטן שרעקט מען אן מיט אן אנדערע וואקסין, אייער נעכטן שרעקט מען אן אז מען גייט שטארבן פון א מין מאסקיט"א אדער טי"ק, אדער ווען מען שמעקט די פעינ"ט און די גלאנץ וואס מען שמירט אויף די פארקע"י, איינער שרעקט אן אז די מעל איז שעדליך, מען וואשט עס מיט סם; א צווייטער זאגט, אויב מען עסט מער פון דריי אייער א טאג – באקומט מען א הארץ אטאקע; יעדער איינער מיט זיינע פאנטאזיעס.


א שאד מען שרעקט זיך פון דמיונות, דער רבי זאגט (לקוטי מוהר"ן חלק א, סימן כה): "צָרִיךְ כָּל אָדָם לְהוֹצִיא אֶת עַצְמוֹ מֵהַמְדַמֶּה וְלַעֲלוֹת אֶל הַשֵּׂכֶל", א מענטש דארף ארבעטן אויף זיך ארויסצוגיין פון דמיון און באקומען שכל; ווי אזוי ווייסט מען ווען מען דמיונ'ט אדער מען האט שכל? שכל איז איין זאך, שכל איז אייבערשטער, ווען א מענטש טראכט פונעם אייבערשטן, ער געבט זיך איבער פאר'ן אייבערשטן – דער האט שכל, אלעס אנדערש איז דמיון.


גלייבט מיר, איין לשון הרע איז אסאך מער שרעקעדיג, איין שלעכטע קוק, איין שלעכט ווארט וואס מען רעדט – דאס איז שעדליך, דאס הרג'עט מענטשן. חכמינו זכרונם לברכה דערציילן (ברכות לג) מען האט דערציילט פאר'ן הייליגן צדיק רבי חנינא בן דוסא אז עס איז דא אין שטאט א הייל און ווער עס גייט דארט אריבער קומט ארויס א שלאנג און געבט א שטעך, דער שלאנג לייגט אריין א גופט און מענטשן שטארבן. עס איז געווארן א פחד און א שרעק, אלע האבן געציטערט ארויסצוגיין פון שטוב, אלע פרויען האבן גערעדט נאר פון די זאך, וואו מען איז געגאנגען וואו מען איז געשטאנען איז געווען די נייעס "די שלאנג, די שלאנג". איז דער הייליגער צדיק רבי חנינא בן דוסא געגאנגען צום הייל, ער האט אויסגעטון זיין שיך און אריינגעשטעקט זיין פוס אינעם לאך פונעם הייל, די שלאנג איז ארויס פון די הייל און געביסן די פוס פונעם צדיק און איז גלייך געשטארבן, האט דער צדיק גענומען די שלאנג, דאס ארויפגעלייגט אויף זיין אקסל און געקומען אין שול, ער האט געזאגט: "מורי ורבותי, אלע ציטערן פונעם שלאנג, אלע רעדן פון די צרה פונעם שלאנג, קוקט! דא האט איר דעם שלאנג, דער שלאנג איז טויט, קוקט און בארעכנט זיך, פון וואס דארף מען מורא האבן? 'לא הנחש ממית', נישט דער שלאנג הרג'עט, 'אלא החטא ממית', נאר די עבירות הרג'ענען".


מרת ... תחי', א שאד צו לעבן אין פאניק און אומזיסטיגע שרעק, ווער עס וויל נעמען די וואקסין האט נישט וואס מורא צו האבן. גדולי הרבנים שליט"א האבן געשריבן אז מען קען דאס נעמען, אז אייער מאן נרו יאיר וויל פארן צום רבי'ן אויף ראש השנה און איינע פון די וועגן ווי אזוי מען קען אריינקומען קיין אוקריינע איז דורך נעמען די וואקסין און ער האט דאס גענומען – דארפט איר נישט מורא האבן, עס וועט אים נישט שאטן.


די הייליגע חכמים זאגן (בבא בתרא, י.): "גוף קשה, פחד שוברו", דער שטערקסטער מענטש קען ווערן אינגאנצן אפגעשוואכט פון פחד; פחדים איז זייער נישט געזונט, פחדים איז ערגער פאר'ן מענטש ווי אלע וואקסינען און אלע עסן און גערוכן.


ווען איר הערט איינעם רעדן פון דמיונות זאלט איר אוועקגיין פונעם שמועס, ווייל די פחד פון די שמועסן דאס איז זייער נישט גוט.


צינדט אן די אמונה ניגון פון "טאנץ מיט אמונה נומער דריי"; צינדט עס אן הויך, שטעלט אן די ניגון עס זאל איבערגיין נאכאמאל און נאכאמאל, און טאנצט: "דארפסט געדענקען און פארשטיין, אלעס איז פון אייבערשטן אליין, יעדע זאך פון גרויס ביז קליין, דער באשעפער פירט אזוי שיין. יעדע פייגל יעדע בין, יעדע פליג און יעדע שפין, אלע חיות אלע סארט, איז אנגעשריבן אין הימל דארט. יעדע ווינט וואס בלאזט, יעדע בוים יעדע גראז, אלעס האט א טעם פארוואס פון הימל פירט מען דאס, יעדע זאך וואס מען טוט איז אויסגערעכנט גוט, מיט א חשבון יעדע טריט, די ווייב, דער מאן, די דירה, גארנישט איז סתם, דער באשעפער מאכט די פלאן".


א כתיבה וחתימה טובה.

#6 - איך האב קיינעם נישט געזאגט מען זאל גיין נעמען די וואקסין
מחלוקת, אומאן, וואקסינען

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת שופטים, ב' אלול, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


מען פארדריידט מיינע ווערטער; איך האב קיינעם נישט געזאגט מען זאל גיין נעמען די וואקסין, וואס יא? איך זאג פאר דער וואס פרעגט אויב עס איז א פראבלעם צו נעמען - אז דאס איז נישט קיין פראבלעם, מען קען דאס נעמען.


קריג זיך נישט וועגן די וואקסין, כל זמן עס איז דאך דא נאך וועגן אנצוקומען צום רבי'ן אויף ראש השנה.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


א כתיבה וחתימה טובה, א גוט געבענטשט יאר.

#5 - דו קענסט רואיג נעמען די וואקסין
רפואה, וואקסינען

בעזרת ה' יתברך


חג הפורים, ערב שבת קודש פרשת תצוה, י"ד אדר, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר, בני ברק


האב נישט מורא, דו קענסט רואיג נעמען די וואקסין קעגן די קורונה וויירוס; די אלע וואס ווארפן אן א שרעק די זענען בכלל אנטשלאסן מען זאל נישט נעמען קיין שום וואקסין, יעצט ווען מענטשן זענען צעמישט און צעטומלט - מאכן זיי א טומל. דו קענסט רואיגערהייט נעמען די וואקסין, דער אייבערשטער זאל דיר אפהיטן פון אלע מחלות.


דער רבי האט געזאגט, אפילו אינמיטן ווינטער ווען עס איז זייער קאלט (אין אוקריינא אין א געווענליכן ווינטער גייט אראפ דער גראד ביז אונטער זירא; עס קען אפילו אראפגיין ביז דרייסיג דעגרי אונטער זירא), דארף מען נעמען די קינדער צום דאקטער זיי צו געבן שאטס וכו' (עיין בספר אבניה ברזל, סימן לד).


זיי ממשיך פארשפרייטן דעם הייליגן רבינ'ס עצות אין די וועלט, דאס וועט דיר מאכן פרייליך. דער רבי זאגט (ספר המידות אות שמחה, סימן טז): "מִי שֶׁמְּפַרְסֵם אֶת הַצַּדִּיק, זוֹכֶה לְשִׂמְחָה", ווער עס פארשפרייט דעם צדיק ווערט פרייליך; אינטערסאנט איז, די אלע וואס טוען אין הפצה זענען אלץ פרייליך, זיי זענען גוט מוטיג.


א פרייליכן פורים און א שמחת תמיד.

#4 - חבר'ט אייך מיט פרייליכע חבר'טעס, וועט איר נישט זיין אזוי דערשראקן
תפילה והתבודדות, חברים, חיזוק פאר מיידלעך, שמחה, מאוויס, וואקסינען

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת ויגש, ו' טבת, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


... תחי', תלמידה בית פיגא ברסלב וויליאמסבורג


אייער מאמע האט מיר גערופן איך זאל אייך בארואיגן; איר זענט דערשראקן צום טויט פון די נייע וואקסין, איר רופט אהיים אגאנצן צייט זיכער מאכן אז מען גייט נישט נעמען די נייע וואקסין קעגן קאראנע. אייער מאמע דערציילט מיר אז אייער חבר'טע ... רעדט אייך איין די שרעקעדיגע חלומות.


איך בעט אייך זייער איר זאלט נישט רעדן מיט דערביטערטע מענטשן; די חבר'טע איז א צעבראכענע מיידל, זי ליגט אין בעט אגאנצן טאג, זי טוט גארנישט מיט'ן טאג, פון דעם איז זי נעבעך אריין אין א דעפרעסיע, יעצט וויל זי אייך אויך אריינלייגן אין א דעפרעסיע, פון פוסטע חלומות.


די דערביטערטע מענטשן - די האבן חיות פון שרעק און דמיונות, זייער גאנצע חיות איז פון זיך פייניגן און טראכטן: 'נאך אביסל גייט די וועלט אונטערגיין', 'נאך אביסל גייען אלע מענטשן שטארבן', 'נאך אביסל גייט מען אלעמען פאר'סמ'ען', 'נאך אביסל גייען די רייכע מענטשן שולט זיין אויף די באפעלקערונג', 'די וואקסין איז צו פאר'סמ'ען די וועלט' - און נאך אזעלכע נארישקייטן.


איך בעט אייך זייער איר זאלט זיך חבר'ן מיט פרייליכע מיידלעך; א מיידל וואס ליגט אגאנצן טאג אין בעט און טוט גארנישט, איין זאך טוט זי, קוקט און קוקט מאוויס - די זענען זייער דערביטערט און דערשלאגן, אז איר וועט ווערן זייער נאנט מיט אזא חבר'טע וועט איר אויך ווערן דערביטערט און דערשלאגן.


נעמט זיך חבר'טעס פון בית פיגא, חבר'ט זיך מיט פרייליכע מיידלעך, מיט מיידלעך וואס זייערע דיבורים זענען אייבערשטער - וועט מען אייך נישט קענען איינרעדן די נארישקייטן. חכמינו זכרונם לברכה דערציילן (פרקי דרבי אליעזר, פרק יג) ווען דער שלאנג האט געוואלט איינרעדן אדם הראשון ער זאל טון די עבירה - עסן פונעם עץ הדעת, האט ער געטראכט: 'אדם הראשון וועט מיר דאך זיכער נישט אויסהערן, עס איז שווער איבערצורעדן א מאן; איך וועל גיין צו חוה, איך וועל איר איינרעדן און זי וועט מיר זיכער אויסהערן, 'שֶׁהַנָּשִׁים נִשְׁמָעוֹת לְכָל הַבְּרִיּוֹת'', ווייל פרויען הערן אויס אלעמען; פרויען קען מען גרינג פארדרייען דעם קאפ, אזוי ווי מען זעט, די פרויען כאפן זיך צו צו די אלע פאנטאזיעס וכו'.


זאגט פאר אייער חבר'טע אז ליגן אין בעט טאג און נאכט און גארנישט טון - דאס איז א סכנה, דאס מאכט מען זאל שטארבן, קוקן טאג און נאכט מאוויס - דאס איז שעדליך, דאס מאכט מען זאל נישט האבן קיין קינדער השם ישמרינו.


 געוואוינט זיך צו צו רעדן צום אייבערשטן, וואס איר דארפט זאלט איר נאר בעטן פונעם אייבערשטן. דער אייבערשטער פארשטייט אלע שפראכן און הערט אויס יעדן איינעם; חכמינו זכרונם לברכה דערציילן (מדרש דברים רבה ב, טז): עס איז געווען אמאל א שטורעם ווינט אויפ'ן וואסער, און א שיף איז פארבלאנדזשעט געווארן און אנגעקומען צו א ווייטע שטאט, אויפ'ן שיף האבן זיך געפונען איין איד מיט אסאך גוים, ווען דער שיף איז אנגעקומען צו די פרעמדע מדינה זענען אלע גוים צוגעקומען בעטן פון דעם איד ער זאל זיי גיין קויפן עסן, האט דער איד זיי צוריק געפרעגט מיט וואונדער: "איך בין דען באקאנט דא, אז איר אלע קומט מיר בעטן איך זאל קויפן עסן?" האבן אלע גוים אויסגעשריגן צו דעם איד און געזאגט: "א איד איז קיינמאל נישט אליין, א איד האט אייביג דעם אייבערשטן מיט זיך".


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


 

#3 - וואקסינען פאר די קינדער
חינוך הילדים, שלום בית, רפואה, וואקסינען

בעזרת ה' יתברך


ערב שבת קודש פרשת נצבים פה עיר הקודש אומאן יצ"ו, כ"ז אלול, שנת תשע"ט לפ"ק


 


מרת ... תחי'.


אייער מאן נרו יאיר זאגט מיר אז איר ווארט זייער איך זאל אייך צוריק שרייבן אויף אייער לאנגע בריוו וואו איר שמועסט אויס אייער פראגע.


איך האב געזאגט פאר אייער מאן אז איר האט נישט געשיקט א פראגע, נאר איר האט געשריבן א לאנגע תשובה וואו איר ווילט מיר מסביר זיין ווי שעדליך עס איז דאס געבן וואקסינען פאר קינדער; ממילא איז נישט שייך צוריק צו שרייבן, איך ענטפער פאר די וואס פרעגן און ווילן וויסן וואס איך האב מקבל געווען פון מוהרא"ש.


איך בין נישט ברוגז אז איר וועט טון ווי אזוי איר פארשטייט און נישט געבן וואקסינען פאר די קינדער, איך בין נישט ברוגז אויף די וואס פירן זיך אנדערש ווי מיר וכו', איך וועל ווייטער טון לויט ווי איך האב מקבל געווען.


בנוגע וואס אייער מאן דערציילט מיר פון דעם פארברעכער וואס פאררופט זיך א שלום בית מאכער. ער ליינט כתובות, ער זעט זאכן וכו'; ער האט צעבראכן אייער משפחה, אפאר פון אייער געשוויסטער האט ער צעבראכן זייער שטוב, און איר ווילט וויסן צי איר זאלט מאכן פאשקעווילן אנטקעגן אים וכו'; איר זאלט דאנקען דעם אייבערשטן אז איר זענט נישט אנגעקומען צו אים וכדומה און איר זאלט בעיקר אינוועסטירן אין אייערע קינדער.


אויך זאלט איר מחזק זיין אייערע שוועסטערס. רעדטס צו זיי דיבורי אמונה, דער רבי זאגט (ליקוטי מוהר"ן, חלק א', סימן כט): "כִּי טוֹב הַכֹּל חֲפֵצִים", יעדער איינער האט ליב צו הערן גוטע ווערטער; מיט דעם וועט איר זיי העלפן. אונזער וועג איז נישט צו רודפ'ן יענעם, אונזער וועג איז אנצינדן אסאך ליכט ביז די טונקלקייט גייט אינגאנצן אוועק.


א כתיבה וחתימה טובה.

#2 - וואקסינירן די קינדער
קינדער, חיזוק פאר פרויען, וואקסינען

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת בהעלותך, ט"ו סיון, שנת תשע"ט לפרט קטן


 


מרת ... תחי'.


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


איר שרייבט זייער שיינע זאכן פון די וואונדער פונעם אייבערשטן, און "מיר קענען נישט פארשטיין אז א מענטש ווערט געבוירן געזונט און פארטיג, פארוואס זאל מען געבן שאט"ס? פארוואס זאל מען שטעכן געזונטע קינדער?!" איר שרייבט אז איר וואלט נישט צוגעלייגט נאך א אויג אדער נאך א האנט וכו' וכו'; עס איז באמת שיינע זאכן וואס איר שרייבט, אבער מיר דארפן פאלגן דעם רבי'ן. אז דער רבי האט אונז געזאגט מיר זאלן געבן פאר די קינדער שאט"ס טוען מיר דאס מיט די גרעסטע שמחה.


דער הייליגער רבי זאגט (ליקוטי מוהר"ן, חלק א', סימן קכג): "הָעִקָּר וְהַיְסוֹד שֶׁהַכֹּל תָּלוּי בּוֹ, לְקַשֵּׁר עַצְמוֹ לְהַצַּדִּיק שֶׁבַּדּוֹר", דער עיקר און דער יסוד, אלעס - איז זיך מקשר צו זיין צום צדיק הדור, "וּלְקַבֵּל דְּבָרָיו עַל כָּל אֲשֶׁר יֹאמַר כִּי הוּא זֶה, דָּבָר קָטָן וְדָבָר גָּדוֹל", אננעמען אלעס וואס ער זאגט, סיי קליינע זאכן און סיי גרויסע זאכן, "וְלִבְלִי לִנְטוֹת חַס וְשָׁלוֹם, מִדְּבָרָיו יָמִין וּשְׂמֹאל", און זיך חס ושלום נישט אוועקרירן פון זיינע ווערטער, אזוי ווי חכמינו זכרונם לברכה זאגן (ספרי, פרשת שופטים): "אֲפִלּוּ אוֹמֵר לְךָ עַל יָמִין שְׂמֹאל וְכוּ' וְעַל שְׂמֹאל שֶׁהוּא יְמִין"; מען דארף אינגאנצן אוועק ווארפן די אייגענע שכל, כאילו מען האט נישט קיין שכל, און כל זמן דער מענטש האלט אז ער האט אן אייגענעם שכל איז דאס נישט גוט, און ער איז נאכנישט אמת'דיג מקורב צום צדיק.


איך פריי זיך זייער צו הערן אז איר האט גענומען אייערע קינדער צום דאקטער און זיי געגעבן די שאט"ס; דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט זוכה זיין צו האבן נחת פון אלע אייערע קינדער און זיי ערציען גרינגערהייט, זיי זאלן אויסוואקסן ערליכע אידן.

#1 - ווער עס געבט נישט קיין וואקסינען פאר די קינדער איז א רוצח
צדיקים, וואקסינען, אמונת חכמים

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת בהר, ט"ו אייר, שנת תשע"ט לפרט קטן


 


מרת ... תחי'.


איך האב ערהאלטן די נדבה פאר די ישיבה, יישר כח.


זייטס מיר מוחל אויב מיינע ווערטער זענען געווען צי שארף; איך מיש זיך נישט אין אייער מיינונג און עס אינטערעסירט מיר נישט אייער מיינונג – בנוגע געבן וואקסינען פאר קינדער.


איך האב אייך נאר געזאגט וואס דער רבי האט געזאגט אז ווער עס געבט נישט קיין וואקסינען פאר די קינדער איז א רוצח; אזוי ברענגט מוהרא"ש כמה וכמה פעמים אין ספר שאלות ותשובות ברסלב.


איר ווילט מחלק זיין אז דער רבי רעדט נישט פון דעם און מוהרא"ש רעדט נישט פון יענץ; האב איך אייך געזאגט אז איר זאלט ענדערש פאלגן א צדיק ווי איידער אויסהערן די נארישע פרויען, די מדברים – ווי דער רבי רופט זיי – וואס מאכן א לאך אין קאפ מיט זייערע דרשות און גייען נאך זייער אייגענע שכל.


איך בעט אייך איבער פאר'ן רעדן אזוי שארף; איר דארפט פארשטיין אז דא אין שטאט איז יעצט ממש א מהפיכה, די שטאטישע אינסטאנצן קומען יעדן טאג אין חדר און אין מיידל סקול זיך אומקוקן און מען פארמאכט מוסדות - נאר צוליב די נארישע פרויען אויבער חכמים.


מיר האבן יעצט אפגעמאכט אז מען וועט נישט נעמען קיין משפחות אין קאנטרי נאר ווער עס געבט וואקסינען פאר די קינדער.


דער אייבערשטער זאל העלפן מיר זאלן פאלגן וואס דער אייבערשטער זאגט, וואס די תורה זאגט און וואס צדיקים זאגן אן קיין בלבולים.