בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#1 - זייט אפגעהיטן, רעדט נישט מיט קיין פרעמדע מאן אדער בחור
צניעות, חיזוק פאר מיידלעך, שידוכים

בעזרת ה' יתברך - יום ג' פרשת דברים, ב' מנחם-אב, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


... תחי', תלמידה בית פיגא


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


אז איר גייט אין גאס און א בחור פרעגט אייך וויפיל אזייגער עס איז, זאלט איר זיך נישט וויסנדיג מאכן, נאר גייט ווייטער; זייט עקסטרעם אפגעהיטן, רעדט נישט מיט קיין שום פרעמדער מאן אדער בחור.


דרייט זיך נישט אין די גאס, דרייט זיך נישט וואו מענער גייען – וועט איר טרעפן א גוטע ערליכע שידוך, מיט הייליגע קינדער. חכמינו זכרונם לברכה זאגן (תנחומא וישלח, ו): "כְּשֶׁהָאִשָּׁה מַצְנַעַת אֶת עַצְמָהּ בְּתוֹךְ הַבַּיִת", א פרוי וואס פירט זיך איידל, זי גייט נישט אין גאס וואו מענער גייען, "רְאוּיָה לְהִנָּשֵׂא לְכֹהֵן גָּדוֹל", איז זי ווערד צו באקומען א מאן א צדיק, "וְתַעֲמִיד כֹּהֲנִים גְּדוֹלִים", און קינדער צדיקים.


די שענסטע זאך ביי אידישע טעכטער איז - זיך פירן איידל, אזוי ווי חכמינו זכרונם לברכה זאגן (בראשית רבה יח, ב): "וְעַל כָּל אֵבָר וְאֵבָר שֶׁהָיָה בוֹרֵא בָהּ", ווען דער אייבערשטער האט באשאפן חוה, "הָיָה אוֹמֵר לָהּ", האט ער גערעדט צו אירע אברים און געזאגט, "תְּהֵא אִשָּׁה צְנוּעָה, אִשָּׁה צְנוּעָה", זיי אן איידעלע פרוי, פיר זיך איידל, נאר אז דו וועסט זיין איידל - באשאף איך דיר.


בעטס דעם אייבערשטן: "הייליגער באשעפער, געב מיר א טעם אין איידלקייט, געב מיר ליבשאפט צו איידלקייט, איך זאל ארויפקוקן איידלקייט".


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.